top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התרגשות ביים יהדות החרדית אין ארץ ישראל צום באזוך פונעם אורח הגדול האד' מצאנז קלויזנבורג

מוצאי שבת פ' כי תצא - ט' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


יהדות ארץ הקודש שטורעמט פון התרגשות און פריידיגע געפילן, זיך גרייטענדיג צו מקבל זיין את פני הקודש פונעם אורח הגדול והרם, מגדולי אדמור"י דורינו רועה נאמן לעדתו, כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט אויף א היסטארישע און געהויבענע באזוך על אדמת ארץ הקודש, נאך עטליכע יאר וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין לאנד.


בפרט זעהט זיך אן די אינערליכע הרגשים און ברויזענדע אש קודש ביי כלל חסידי צאנז קלויזענבורג פון אלע שטעט איבער ארץ ישראל, ווען זיי גייען האבן די זכיה זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, בקירוב מקום ובקירוב הלב, און דערביי אריינגיין אל הקודש פנימה בפתקא ופדיון לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.


דורכאויס די געהויבענע באזוך וועט דער רבי שליט"א באזוכן אין די קהילות און מוסדות דחסידי צאנז קלויזענבורג אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, אריינגערעכנט ירושלים בני ברק און בית שמש, און מאציל זיין מהודו והדרו אויף די מערכת החינוך פונדערנאנט.


די הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין די היסטארישע מעמד התפילה ביים ציון הק' פון כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, אויפן בית עלמין אין שיכון ותיקים אין נתני'. כנהוג וועט דער רבי שליט"א פוקד זיין דעם ציון הק' פון אביו הגדול און אויסזאגן גאנץ ספר תהלים, וואס איז ערווארטעט זיך צו פארציען פאר לענגערע שעה'ן אין העכערע ספערן.


א געלונגענע שטאב פון עסקנים זענען איינגעשפאנט ארויסצוהעלפן מיט אלע דעטאלן לקראת די גרויסע נסיעה, צוצושטעלן אש"ל מלא פאר די פילע געסט וואס וועלן קומען צו פארן פון אמעריקע מיטצוהאלטן די ימים הנעלים והנחמדים בצילא דמהימנותא, צושטעלן אלע באדערפענישן נסיעות און טראנספארטאציע צו די מקומות הקדושים, א ריזן שאטער נעבן די ציון הק' פון הרה"ק מצאנז קלויזענבורג, צוצושטעלן די מאקסימום הרחבת הדעת פארן ציבור בשעת די היסטארישע מעמד התפילה, טעימה קלה און משקאות לרווחת הציבור, און אלעס וואס פעלט זיך אויס ארום און ארום.


די היסטארישע מסע הקודש וועט זיך אנהייבן מארגן זונטאג פרשת כי תבוא, אינדערפרי נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד פרידה אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, וואו די ציבור חסידים אינגעלייט און בחורים וועלן האבן די זכיה אריבערצוגיין ביים רבי'ן זיך געזעגענען און מקבל זיין ברכת הקודש.


שפעטער נאכמיטאג וועט דער רבי שליט"א אפפליען פון די נוארק לופטפעלד קיין ארץ הקודש, און לאנדן אין די לוד לופטפעלד מאנטאג אין די פארטאגס שעה'ן. דער רבי שליט"א וועט תיכף צופארן קיין ירושלים עיר הקודש, וואו עס וועט שפעטער אויפדערנאכט פארקומען א גרויסארטיגע מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן שליט''א אינעם ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויף מתחם שנעלער אין צענטער פון שטאט, און מען וועט האבן די זכיה צו הערן דברות קודש ודברי הדרכה פונעם רבי'ן שליט"א בענינים העומדים על הפרק אין כהכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון.


דורכאויס די וואך וועט זיך דער רבי שליט''א אויפהאלטן בעיה''ק ירושלים אין האבן די אכסניא אינעם דירה פון הנגיד ר' אייזיק לעפקאוויטש אין די מאה שערים געגענט, דער רבי ווי דערמאנט באזוכן די קהילות און מוסדות אין ארץ ישראל, פוקד זיין דעם ציון הק' פון אביו הגדול אין נתני', א גרויסארטיגע מעמד תפילה ביים כותל המערבי שריד בית מקדשינו מיט גרויס התעוררות, א מעמד תפילה רבתי ביים קבר רחל, א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין מירון צפת טבריה, און קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון.


די פונקטליכע פלענער ווערן אצינד אויסגעארבעט דורך די חשובע עסקנים, און לקראת דעם קומענדיגן שב"ק פרשת כי תבוא איז דער רבי ערווארטעט זיך צוריקקערן למעון קדשו אין ניו יארק.














Comentarios


bottom of page