מונטאג פ' דברים - כ"ח תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
א ספעציעלע אויפנאמע איז היינט פארגעקומען אין די הויפטקווארטיר פון די שטאטראט אין שטאט אֶגֶר די אמאליגער שטאט ערלוי אין אונגארין לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א און די פמליה נכבדה ראשי הקהילה והמוסדות דחסידי ערלוי בארה"ק וועלכע זענען ארויסגעפארן אויף א געהויבענע נסיעה צום שטאט ערלוי - עיר מולדתו פונעם רבי'ן שליט''א אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות.
ביים אויפנאמע זענען געווען אנוועזנד א צאל הויכראנגיגע פאליטישע פירער אין לאקאלע באאמטע אין שפיץ פון דער מעיאר אין שטאט וועלכע האט אויפגענימען דעם רבי'ן אין די פמליא מיט גרויס כבוד און עהרע, אויך האט זיך באטייליגט שלוחי דרבנן ר' מאיר פרוש פון ארץ ישראל, וועלכע שטייט צו די רעכטע האנט פון מוסדות ערלוי בפרט מיט די באציונגען מיט די אונגארישע רעגירונג אין איז ספעציעל געקומען צו פארן אנטייל צו נעמען אין דעם אסיפה.
ביים אסיפה האט מען דן געוועהן איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, בפרט האט מעןבאהאנדלט דאס צוריקקער פונעם גרויסן בית המדרש אין שטאט וועלכע איז אמאל געווען א תל תלפיות און געדינט אלס תורה פעסטונג און לייכט טורעם פאר אידן וועלכע האבן געשטראמט קיין ערלוי ליהנות מתורתם פון הגאונים הצדיקים לבית ערלוי, ווי די באאמטע האבן פארשפראכן אויפצוהאלטן די ארטיגע שוהל עס זאל קענען ווייטער דינען אלס א מקום תורה, תפלה ויהדות, כמקדמת דנא, ווי אין די פריערדיגע יארן בעפאר די ביטערע וועלט מלחמה, כי המקום אדמת קודש הוא.
פון דארט איז די רבי שליט"א אריבער צום ארטיגן היסטארישע שוהל ווי מען האט געדאווענט תפילת מנחה במקום שהתפללו בו אבותיו, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט די רבי ארומגערעט בגודל קדושת המקום באטאנענדיג אז די שלושת הרועים משבט הסופרים, די התעוררות תשובה, דער יד סופר און די אמרי סופר האבן אויף דעם ארט אפגעראכטן זייער עבודת הקודש וכותלי בית המדרש יוכיחו, און אין אט אין דעם מקום קדוש האט די זיידע די התעוררות תשובה געשריגן 'שמע ישראל' ביים אויסברוך פון די ביטערע צווייטע וועלטס קריג, און די רבי האט צוגענדיגט מיט ברכות לרוב בזכות שלושת אבות.
דערנאך איז די רבי אריבער צום שטח ווי עס איז געשטאנען ביתו נאווה קודש פון זקנו הגה"ק בעל 'יד סופר' מערלוי הי"ד, און דערנאך איז די רבי ארויף צום ארטיגן בית החיים מקום מנוחתה פון די רעבעצין מחברתו הטהורה פון הגה"ק בעל 'התעוררות תשובה' מערלוי, ווי עס האט זיך אפגעשפילט א מעמד נורא הוד ווען די רבי האט ציטירט וואס די זיידע די התעוררות תשובה האט מעיד געוועהן אז מען קען אין דעם מקום פוילן גרויסע ישועות, פאר א לענגערע שעה האט די רבי מתפלל געווען ביים ציון און גענימען קוויטלעך פון די משתתפי הנסיעה להפקד בדבר ישועה ורחמים.
Comments