top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • לפני כמה שניות
  • זמן קריאה 8 דקות

עודכן: לפני 15 דקות

דאנערשטאג פ' בהר בחקותי • כ''ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

דער ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר ביים אריינבלאזן א גייסט פון אמונה טהורה אין די הערצער פון די קינדערליך תלמידי ת"ת חשקת התורה 'בית שמואל' אין בית שמש, נישט מורא צו האבן פון די ווארענונג-פייפערס, נאר בלויז מתפלל זיין צום בורא כל עולמים מיט זייערע ריינע תפילות, הבל פיהם של תינוקת של בית רבן.

דער נאסטאלגישער אויטא: אין צוזאמענהאנג מיט די פרישע בילדער ווי מ'זעט הרה"ק מסאטמאר זי"ע אריינגיין אין די קאר, האט קרישקעס די וואך באמערקט קרית יואלער קינדער ביים באטראכטן דעם רבינ'ס קאר אין בעק-יארד פון הרה"ח ר' יודא לייביש ענגעל ז"ל.

הרה"ג ר' יהושע ראבינאוויטש רב ק"ק באיאן אין בית שמש כאפט אריין א בלאט גמרא איידער די גרויסער באיאנער הדלקה דעם ל"ג בעומר.

הרה"ח ר' אהרו עקשטיין הי"ו מראשי המוהלים אין אנטווערפען ביים שילדערן די שוידערליכע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט אין שטאט אנטווערפן, ווען די לאקאלע פאליציי איז איבערגעפאלן זיין שטוב און די שטיבער פון נאך מוהלים אין שטאט.

מעשה נורא וואו האדמו"ר ממישקאלץ האט זוכה געוועהן צו גילוי אליהו די וואך ביים פתח המערה אין מירון.

האד' מסלאנים מאכט דעם וועג ארויף צום מערה אין מירון אין א קליינעם גאלף קאר מיט ספעציעלע ערלויבעניש ארויפצופארן ביז ארויף אויבן.

אחים אנחנו: די ברודער הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בני האדמו"ר מסקווירא אין א ברודערליכע שמועס ביים באזוך די וואך ביים נייעם גיגאנטישן קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר.

האדמו"ר מבאיאן כאפט א שמעק טאבאק איידערן צוטרעטן צום מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר אין מירון.

הני תרי צנתרי דדהבא: דער בארימטער עסקן ר' הערשי מארגארעטן הי"ו האט 'קרישקעס' באמערקט אויפן "אש התורה" טעראסע ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אינאיינעם מיטן מייסטער ארענדזשער ר' יוחי פליישמאן פון 'YF פראדאקשנס' זיך גרייטנדיג צום שב"ק מיט א שטיקל "אמרות טהורות".

יפה כח הבן: דער לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש פינסק קארלין הרב אברהם פריד ביים פארזינגען די פיוטים ביים הדלקה ל"ג בעומר אינאיינעם מיט זיין זוהן הבה"ח אהרן פריד ני"ו וואס האט אויך איבערגעגעבן די חץ וקשת ווי זיין חזקה די לעצטערע יאהרן.

הרה"צ רבי דוד דוב האגער בן האד' מוויזניץ בארא פארק האט 'קרישקעס' באמערקט ביים לעלובער הדלקה אין בארא פארק אין א שמועס מיטן פאטאגראפירער ר' אברומי בערגער.

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך איז מעיין אין א איר אלטע ספר תורה בכתב האר"י וואס איז מיוחס צו איינע פון די תלמידי הבעש"ט הק'.

א פרייליכע מאמענט ביים הדלקה פון האד' מספינקא, ווען דער חתן החאלאקע, א אייניקל פון רבי'ן האט געהויבן די חסידים אין די לופטן.

אש דת: האד' ממעזיבוז מיט זיין אייגנארטיגע עבודה ביים הדלקה ליל ל"ג בעומר.

ביומא הילולא קדישא פון דער הייליגער טשערנאבילער מגיד זיע"א האט העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין זוכה געוועהן פוקד צו זיין דעם ציון הק' בו ביום אין טאג טון כ' אייר.

הגאון הגדול רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד מסורת ווערט געזען ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין קרית יואל, וואו ער האט משמיע געווען דברים חוצבים להבות אש נאך די דברי תורה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א.

הרה"ח הישיש ר' יחזקאל שטיין שליט''א בצהלות פנים ביים ערהאלטן א נייע טלית בייטל פון נכדו הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו לרגל די הכנסת ספר תורה ל''ג בעומר העעל"ט צום ביהמ"ד אור החיים ריבניץ בהנהלתו.

האדמו"ר משאץ וויזניץ שפאצירט אויף די לופטיגע ירושלימער גאסן וואו די רבי וויילט אין די יעצטיגע טעג לצורך מנוחה.

האדמו"ר מאמשינוב אין א לומדישע שמועס ביים מנחם אבל זיין מחותנו גאב"ד ראדאמישלא און די קינדער, פאריגן פרייטאג ל"ג בעומר.

ביים ל"ג בעומר טיש דורך האדמו"ר מבאיאן אין מירון מערקט 'קרישקעס' העסקן הרב מאיר פרוש וועלכער איז געשטאנען בראש פונעם הילולא ל"ג בעומר אין מירון.

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם אינעם חצר המערה אין מירון, ערב שבת ל"ג בעומר.

האד' מבאבוב באגריסט הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן האדמו"ר מוויזניץ ביים דינער לטובת דער בית חינוך לבנות "בנות ציון" וואו הרב חיים מאיר איז צווישן די צופרידענע הורי המוסדות.

בסוד שיח: האדמו"ר מנדבורנה אין א שמועס מיט מחותנו האדמו"ר ממודזיץ בעפאר די שמחת הבר מצוה פון א בשותפות'דיגע אייניקל ביי ביידע אדמור"ים.

שיין בילד פון האדמו"ר מטאהש ביים ליינען קוויטלעך פון אידן המצפים לישועה בעפאר די מעמד ההדלקה ביום המסוגל ל"ג בעומר.

העסקן ר' מוטי רבינוביץ פון די בארימטע "טיפ" פראדאקשנס ביים אנגרייטן די אויל קריגלעך צום הדלקה פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין מירון.

הרב חיים אלישע אייזן משב"ק האדמו"ר מבאבוב 45 ביים קאארדינירן די גרויסער הדלקה בחצה"ק באבוב 45.

גג על גג: נאך פון די פרייליכע ריקודין ביים הדלקה דורך האד' מבאיאן אין מירון.

אור היקוד הם יוקדים: שיינער ריקוד ארום דעם הדלקה אין די שטאט ליזענסק פארנט פונעם ציון הק' פונעם אור מופלא הרב הקדוש רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, ווערט אויך געזען הרבני הנגיד ר' יצחק ראבינאוויטש הי"ו.

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים ערהאלטן די קונטרס אויף ל"ג בעומר מתוך שיעורי המשפיע הגה"צ רבי יהודה דייטש שליט"א פון די נאנטע תלמידים פונעם רב, וואס הנגיד בנש"ק ר' שמואל הורוויץ הי"ו פון מאנסי האט אריינגעברעגנט בקודש פנימה.

דער גרויסער זילבערנעם צינדער פון איסטערן זילבער געשעפט מיט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט אנגעצינדן די פינעף לעכט ביים ל"ג בעומר טיש אין סטארהאוז זאל.

שנים אוחזים: די ברודער האדמורי"ם מקאסוב ביים אנצינדן די הדלקה דעם ל"ג בעומר פארנט פון ביהמ"ד הגדול קאסוב אין בארא פארק.

בבגדי שבת: הרב מאיר נחמן אלחדד איז מתפלל ביי די ציונים פון זיינע צוויי זוהן יוסף דוד און משה מרדכי וועלכע זענען טראגיש אומגעקומען אין די מירון אומגליק ל"ג בעומר תשפ"א.

ביים הדלקה דעם ל"ג בעומר אין חצר פון רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר - אונגארן.

ביים דינער לטובת די מירער ישיבה פארגעקומען אין ניו דזשערסי האט דער בראזיליאנער ביליאנער אלבערטא סאפרא בייגעשטייערט די אסטראנאמישע סומע פון 25 מיליאן דאלאר פאר די ישיבה. אלס הכרת הטוב האט ער ערהאלטן א מתנה, א ספרדי’שע ספר תורה וואס גדולי ישראל אין שפיץ פון הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע האבן געשריבן אן אות דערין.

היכי דמי הכרת הטוב: אן אינטערסאנטע געשעהניש ווען האדמו"ר מספינקא איז ספעציעל אראפגעפארן צום "מרכז השולחן והכסא" מעבל פירמע אין ירושלים אפצוגעבן א ברכת יישר כח פארן אייגנטומער ר' שלמה וויינפעלד הי"ו וואס האט געשיקט א נייעם בענקל במתנה צום רבי'ן שליט"א.

האד' מסלאנים מערקט 'קרישקעס' אינעם מערה אין מירון, וואו דער רבי האט בעצם יום ל"ג בעומר געהאט די זכיה אויסצוזאגן גאנץ ספר תהילים לישועתן של ישראל, זייענדיג אויסגעטוהן פונעם גאנצן טומל ארום.

הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר בן האדמו"ר מגור איז מתפלל ביים ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי שלמה מראדזימין זי"ע אין שטאט ראדזימין פולין.

הרב וועלוול גאלדשטיין המכונה חצאצקע רבי אין די העכערע ספערן ביים הדלקה אין ק"ק סאטמאר מאנסי.

האדמו"ר מקאפיטשניץ ביים אריינגיסן אויל צום מדורה דורך א רער פון זיין פלאץ אויפן בימת הכבוד.

העסקן הרב מרדכי בבציק איש אמונו פון האדמו"ר מגור ביים איבערגעבן די שרביט ההדלקה פאר האדמו"ר מנדבורנה ירושלים ביים מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר.

די "ל"ג נרות אויסשטע" בחצר הקודש נדבורנה כנהוג אום ל"ג בעומר.

האדמו"ר מרימינוב ביים אריבערשפרייזן דעם גדר פונעם בית החיים אין שטאט פראג מקום מנוחתו פונעם הייליגן נודע ביהודה זי"ע, וועמענס הילולא איז אויסגעפאלן פאריגע וואך י"ז אייר.

האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש אין א ליבליכע שמועס מיט זיינע אייניקלעך אויף די גאסן פון בארא פארק.

האדמו"ר מבישטינא ביים אנצינדן די 33 ליכט כמנין ל"ג, כמנהג צדיקי בית נדבורנא אום ל"ג בעומר.

ענוות חן: האדמו"ר מלעלוב טאנצט מיט אן אייניקל, ביים מעמד ההדלקה ל"ג בעומר אין מירון.

ניגוני התעוררות כהנה דרבה צום הדלקה ל"ג בעומר דורך גאב"ד קארלסבורג אינעם קארלסבורגער חצר אין מירון.

הגאון הגדול רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע איז די וואך מאנטאג אנגעקומען צום שטאט בית שמש וואו דער ראש הישיבה האט זיך אומגעקוקט ביים גיגאנטישן שטח וואו עס וועט בקרוב הימים אויפגעבויעט ווערן די נייע ישיבה לצעירים סלאבאדקע, ביים אנקומען אויפן שטח הבנייה האט אפגעווארט דער ראש העיר הרב שמואל גרינבערג וועלכער האט מקבל געוועהן פני כבודו און ארומגעוויזן די ראש הישיבה אויפן גיגאנטישן שטח.

יכטול לפטור העולם: די עלעקטריזירנדע ריקודין ביים ל"ג בעומר טיש בחצר הקודש תולדות צבי דספינקא.

ביים הדלקה פארנט פון גרויסן באיאנער קלויז אין בארא פארק אנגעפירט דורך הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר רב חסידי באיאן אין אמעריקא.

האדמו"ר מאמשינוב ביים באגלייטן אחר מיטתו פןן מקורבו הרב יצחק קלמן ע"ה פון די חשובע תושבים אין שכונת בית וגן וועלכער האט האט זיך ל"ע דערטראנקען די וואך.

הרבני הנגיד ר' מענדל רייך הי"ו עמוד התווך פון קהילת ומוסדות צאנז ביים דערלאנגען דעם קריגל שמן פאר האדמו"ר מצאנז ביים מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר.

האדמו"ר מסאטמאר ביים פארטיילן מיני מתיקה פאר די ילדי החאלאקע נאכן מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר.

לעצטע בארוטונגען איידער די ערשטמאליגער מעמד ההדלקה דורך המשפיע הגה"צ רבי שמעלקא בידערמאן מלעלוב לאנדאן, העסקן ר' זלמי גאלדמאן הי"ו ביים איבערגעבן וויכטיגע אנווייזונגען צו פארזיכערן די העכסטע מאס הצלחה.

די גרעסטער מדורה אויפן כדור הארץ ווערט אנגעצינדן דורך האדמו"ר מטאהש ביים גרויסן מעמד ההדלקה אויף די גאסן פון טאהשער שטעטל.

האדמו"ר מסאדיגורא טאנצט אינעם חצר המערה, דעם זונטאג העעל"ט אין די טעג נאך ל"ג בעומר.

הגה"צ אבד"ק יאמפאלא שליט"א פון מאנסי ביים אנצינדן די הדלקה ליל ל"ג בעומר ביים גייסטרייכן שבת קרבתנו.

האד' מקוידינוב באזוכט ביי הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן דער רב פון מגדל העמק, זייענדיג צוגאסט אויף שבת אין שטאט, וואו דער רב האט צוגעוויזן פארן רבי'ן זיינע בילדער מיט גדולי ישראל פונעם פריערדיגן דור.

רירענד בילד פון האדמו"ר מקאסאן ביים הדלקה דעם ל"ג בעומר אין די שטאטישע תלמוד תורה אין שיקאגא וואו דער רבי איז געטאנצן מיט איינע פון די קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, מתלמידי המוסד.

האדמו"ר מלעלוב איז שופך שיח אינעם הייליגן מערה אין מירון, כאחד האדם צווישן די פילע מתפללים ביים ציון אין די טעג ארום ל"ג בעומר.

כמנהג ישראל תורה: האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים מקיים זיין דער מנהג פון חץ וקשת ביום ל"ג בעומר.

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מתפלל ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, וואו דער משפיע האט געוויילט איבער שבת אינאיינעם מיט די נגידים תומכי מכון באר הפרשה.

ביים מעמד ההדלקה ל"ג בעומר, ערב שבת נאכמיטאג מיט די נגידים ביים כינרת טייך.


האדמו"ר מסטיטשין ביי א שולחן לחיים בקרב חסידיו אין לאנדאן, וואו די רבי האט פארגעזינגען בר יוחאי כמנהג אבותיו הק' לבית סטיטשין - ראזוואדוב שטייענדיג אין די טעג נאך ל"ג בעומר.

די בארימטע 'רענטעסטיק' פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן די סטעיזשעס פאר די באבוב-45 ל"ג בעומר הדלקה אין בארא פארק

העסקן ר' אברהם יעקב פרידמאן הי"ו איז מקבל ברכת קדשו פון האד' מבאיאן איידערן צוטרעטן צום מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר אין מירון.

הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב אין א פייערדיגן טאנץ מיט הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף אבד"ק מכלל יופי ביים שמחת החתונה פון א אייניקל ביים רב שליט"א פארלאפענעם ל"ג בעומר.

בקולות וברקים: דער קארלינער מנין קבלת שבת דעם פרייטאג ל"ג בעומר אין מירון, וואו האדמו"ר מקארלין סטאלין האט געוויילט שבת אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים.

האדמו"ר מקאסאן אין א טאנץ מיט שאר בשרו האדמו"ר מזידיטשויב שיקאגא, ביים ל"ג בעומר טיש וואס די רבי האט אפגעראכטן אין זידיטשויבער ביהמ"ד אין שיקאגא.

פון אונטער די קוליסן: ביים מעמד ההדלקה אין אתרא קדישא מירון דורך האד' מסערט וויזניץ האט 'קרישקעס' באמערקט א בחנט יונגל אין א דביקות'דיגע מאמענט אונטער די פארענטשעס.

א מתפלל ביים ציון הק' אין ליזענסק איז זיך משתטח צו פאראייביגן א בילד פון האדמו"ר מטעמישוואר ביים מתפלל זיין אינעם אהל הק'.

משנים קדמוניות: דער מעמד ההדלקה רבתי בראשות האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל בשנת תשע"א.

האדמו"ר מזוועהיל אין א טאנץ מיט די ילדי החסידות וועלכע האבן געפראוועט זייער חאלאקע דעם ל"ג בעומר אין מירון.

צונויפטרעף ביים היינטיגן "סאטמארק" ביזנעס עקספאו: ר' מאטי האכמאן פון די פאפולערע די וואך אויסגאבע, ר' יואלי קרויס פון מאמענט, ר' יואלי ווייס פון דער בלאט און ר' מרדכי שפירא פון דער איד.

אויסגעמאטערטע אינגעלייט און בחורים כאפן א דרימל, מוצאי ל"ג בעומר אהיימפארנדיג מיטן באן פון צפון קיין תל אביב.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים אפשערן די ילדי חאלאקע נאכן מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר אין מירון.

די ספעציעלער ליפט מאשין ביים מעמד ההדלקה אין סקווירא צו פארגרינגען פאר האדמו"ר מסקווירא, ביים ארויף און אראפגיין דעם הויעכן בימת הכבוד.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' שלמה פנחס יונג הי"ו משב"ק האדמו"ר מביאלא בני ברק לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר החתן נחמן בערנשטיין הי"ו פון די נאנטע בני בית ביי הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת.

א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב בנש"ק ר' אברהם יצחק לעמבערגער הי"ו נכדו חביבו ויד ימינו פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק לכבוד די חאלאקע פון זיין בן הבכור למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר ר' מרדכי האכמאן הי"ו פון די JDN/די וואך מארקעטינג גרופע לרגל די געבורט פון זיין מיידעלע למזל טוב.



bottom of page