האד' מוויזניץ באפרייט פון שפיטאל; וועט ערשיינען צו סליחות ראשונות בעפאר חצות נאך הוראת השעה פון רבני הקהילה
- sfbechatzros
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך א פארבעסערונג אינעם מצב הבריאות. ווי באריכטעט איז דער רבי שליט"א אריינגענומען געווארן דעם מוצאי שבת אין שפיטאל נאך אן אלגעמיינע שוואכקייט וואס האט באפאלן דעם רבי'ן, אין צוגאב איז געוועהן א פארדאכט אז דער רבי שליט"א ליידט פון א פרישע אינפעקציע.
נאך זיין שפיטאליזירט 24 שעה אויף אבזערוואציע איז דער רבי פריער באפרייט געווארן פון שפיטאל צום אכסניא אין די שכינות'דיגע מושב אורה וואו דער רבי האלט זיך אויף די לעצטע תקופה למנוחת הנפש.
גלייכצייטיג איז געמאלדן מטעם חצר הקודש וויזניץ, די בשורה טובה ברוב שבח והודאה להשי"ת, אז דער רבי שליט"א וועט דעם מוצאי שבת קודש ערשיינען אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ צו די סליחות ראשונות במוצאי מנוחה ברוב עם הדרת מלך.
דער זמן פון סליחות איז דאס יאהר באשטימט געווארן אויף 10:30 אויפדערנאכט, אנדערש וואו עס איז נהוג אין וויזניץ מקדמת דנא צו זאגן די סליחות במוצאי מנוחה אינעם עת רצון נאך חצות לילה. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז ווי באקאנט נישט בקו הבריאות, און לויט די כללי הרפואה קען שאטן פארן רבינס געזונט זיך אנצושטרענגען אין אזא שפעטע שעה, דעריבער האט דער רבי שליט"א דורכגעשמועסט די נושא מיטן דיין הגאון רבי ישראל מיללער שליט"א דומ"ץ קרית וויזניץ וועלכע האט געפסקנט אז מען קען היי יאהר מקדים זיין סליחות בעפאר חצות הלילה, וואו עס ווערט געפסקנט אין הלכה אז מען קען מיקל זיין בשעת הדחק צו זאגן סליחות אין א פריע שעה.
די הוראת שעה איז גילטיג בלויז פאר די חסידים וואס וועלן מיטהאלטן סליחות אינעם רבינס מנין, און אין אלע בתי מדרשים דקהילות הקודש וויזניץ ברחבי תבל וועט מען זאגן סליחות ווי ביז היינט בחצות הלילה וואו עס איז געוועהן נהוג אין וויזניץ מאהז ומקדם.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט זיך דער רבי שליט"א אומקערן למעון קדשו אין בני ברק אויף שב"ק שבת סליחות, און מוצאי שבת ערשיינען אין ביהמ"ד הגדול צו די סליחות ראשונות ברוב עם הדרת מלך.
חסידי וויזניץ קוקן שוין ארויס, נאך אזא שווער יאהר וואס דער רבי איז ליידער געווען אין א בחינה פון "מלך אסור ברהטים", לאנגע חדשים וואס מען האט נישט געהאט די זכיה חוסה צו זיין בצל הקודש כמימים ימימה, מיטן האפענונג אז מען וועט האבן די זכיה לשמוע אל הרינה ואל התפילה צו הערן קולו בקודש אנגעהויבן דעם מוצאי שבת במוצאי מנוחה און דערנאך די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום, מיט א תפלה צו השי"ת אז ער זאל שיקן א גענצליכע רפואה פארן רבי'ן שליט"א, מען זאל ווייטער קענען זיך דערווארמען בצל הקודש צו לאנגע געזונטע יארן.
