top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיכון סקווירא לבשה חג: אלפי חסידים ביי שמחת החתונה בחצרות סקווירא - ראחמיסטריווקא מאנסי - לאיעוו טשערנאביל

  • sfbechatzros
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: לפני 3 ימים

מאנטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

ברגשי גיל וחדוה האבן פילע טויזנטער חסידי סקווירא זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע חתונה בחצר הקודש, פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרב צבי אלימלך טווערסקי שליט"א, בן הרה"צ רבי חיים יצחק טווערסקי זצ"ל מלויעוו טשערנאביל, מיט די חתן א זון פון הרב שמעון דוב טווערסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל פארשעי שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא בארא פארק זצ"ל.


ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער גרויסער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט'ן חתן און די מחותנים, מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן דער פעטער מצד החתן הרה"צ רבי אברהם יעקב טווערסקי שליט"א פון בארא פארק, נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן אינעם ביז יעצטיגן ביהמ"ד, און דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה ביים גרויסן פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד. 


מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער עלטער זיידע די סקווערער רבי, עדי קידושין הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא און הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, קריאת הכתובה הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים א פעטער מצד החתן. ברכות ראשונות די זיידע האדמו"ר מלויעוו טשערנאביל, און ברכה אחריתא האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי, נאכן חופה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים.


ביים חופה האט זיך אויך משתתף געווען די געהויבענע פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, נאכן חופה איז אריין צום רבי'ן בביתו נאווה קודש די שוועגערן הרבנית הצדיקת מבעלזא שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן די שמחה, און געוואונטשן מזל טוב.


ארום 8:30 איז דער רבי אריבערגעפארן צום זאל פון עטרת טשארנא וואו ס'איז פארגעקומען די חתונה פאר די פרויען, און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה אין יחוד שטוב. שפעטער איז דער רבי ערשינען אינאיינעם מיטן חתן אין ביהמ"ד, לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט די שמחה מיט פייערליכע עקסטאז, ווי די רבי האט מעודד געווען די שירה בעוז ותעצומות. פאר מעריב זענען צוגעקומען צום רבי'ן ווי באזונדער באריכטעט די עסקנים און איבערגעגעבן די פערזענליכע בריוו פון פרעזידענט טראמפ יר"ה לכבוד די שמחה.


דערנאך איז געווען מעריב, און דער רבי איז צוריק ערשינען אין ביהמ"ד און זיך געוואשן צו די סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען ניגוני שבח והודאה, דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, און די גאנצע ציבור דורך ביים רבי'ן און די מחותנים וואונטשן לחיים בעת די בחורי חמד טאנצן מיטן חתן אין צענטער פון ביהמ"ד.


במשך די שמחה האט זיך משתתף געווען דער עלטער פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דער רבי איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורכן סקווירא רבי'ן וועלכע האט זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו און געזעצט דעם רבי'ן נעבן זיך. דער רבי האט מיטגעהאלטן די ריקודין קרוב צו א האלבע שעה ווען אינמצווישן האט דער רבי ארומגעשמועסט מיטן סקווירא רבי'ן בנועם שיח.


דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן די חתן מחותנים און זיידע'ס און זיך באגריסט מיט די אנדערע קרובי המשפחה. דער אויבן אן האט זיך דאן אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים און די סקווירא רבי האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט''א צו טאנצן מיטן חתן. 


אויך האבן זיך אנגעזעהן דורכאויס די שמחה, די פעטערס כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, וויליאמסבורג, לעיקוואד, אוקענוויין, און בארניב. דער פעטער אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, און האדמורי"ם מוויזניץ לאנדאן, סקולען מאנסי, סקווירא פון בארא פארק, נאוואמינסק, טריסק מאנטריאל, סאטינוב, בראד מאנסי, אב"ד סאדאוונא ב"פ, בני האדמו"ר מטשערנאביל פון בארא פארק, די פעטער'ס הרבנים לבית ביסטריץ און נאך פיל.


ארום 11:00 האט הר"ר אהרן בער ראטה אויפגערופן דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן די עלטער פעטער פון כלה הרה"צ רבי ישעי' טווערסקי שליט"א פון בני ברק, ברכות ראשונות דער פעטער הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א, און ברכה אחריתא הגה"צ רבי יעקב בער שפיץ שליט"א מביסטריץ, נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אויפן אויבן אן.

דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מצוה-טענץ, צוערשט האט בדחנא דמלכא הרב יחיאל מיכל אייזנבערג אויפגערופן דער זיידע דער לויעוו-טשערנאבלער רבי, דערנאך די אבי החתן ווי עס זענען אויך געטאנצן די פעטער'ס הרבנים לבית משפחת ביסטריץ, און דערנאך דער אבי הכלה, ווען די רבי שליט"א איז אראפ טאנצן אינעם רינג.


דאן האט מען אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, די רבי שליט"א האט דערנאך מעריך געווען די ריקודין בשמחה עילאה, בשעת דער ציבור הייבט זיך טפחיים על גבי קרקע.


אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע דער סקווערער רבי שליט"א, ווי די בדחן האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט די הרגשים לקראת די היסטארישע שבת חנוכת קרית סקווירא די וואך, זייענדיג א ההמשך פון די קדושה וואס הרה"ק מסקווירא זי"ע האט אריינגעלייגט אינעם סקווירא שטעטל, און שטארק דערמאנט די שווערע מצב אין ארצינו הקדושה ווען מען וויל צושטערן די לומדי תורה מיט די ביטערע גזירת הגיוס, און געבעטן דעם רבי'ן מעורר רחמים צו זיין בזכות האבות הקדושים מעורר צו זיין רחמי שמים אויף אחינו שבארץ ישראל, ווי די רבי שליט"א איז דאן געווען איינגעהילט אין א דביקות עילאה מיט א קענטיגע ווייטאג אויפן רבי'נס געזיכט.


דאן האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין פלאם פייערדיגע טענץ לפני הכלה אויף א אויסנאמליכע לענגערע און פרייליכע פארנעם, און דערנאך א רינג מיט'ן חתן און די מחותנים. דערנאך זענען אלע בני משפחת המלוכה אינעם רינג, די חתונה איז פארענדיגט געווארן ארום צוויי אזייגער אויפדערנאכט און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר חתן כלה.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page