איש על העדה: הגה״צ ר’ ישראל צבי שלום גליק שליט״א אויפגענומען אלס אבד״ק קהל יטב לב ד'סאטמאר לעיקוואוד
- sfbechatzros
- 30 באוג׳ 2025
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 31 באוג׳ 2025
מוצאי שב"ק פ' ראה • ו' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

נאך עטליכע יאהר וואס די בליענדע סאטמארער קהילה אין שטאט לעיקוואוד האט נישט פארמאגט קיין רב ומורה דרך, איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד די בשורה משמחת איבער די אויפנאמע פון הגה"צ רבי ישראל צבי שלום גליק שליט"א דומ"ץ טאהש וויליאמסבורג לעמוד לשרת בקודש אלס אלס אב"ד ור"מ קהל יטב לב דסאטמאר אין לעיקוואוד.
מיט עטליכע וואכן צוריק האבן די ראשי הקהילה פארגעלייגט בהורמנא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם פארשלאג אויפצונעמען דעם דיין שליט"א אלס רב אין די קהילה, דער רבי שליט"א האט געגעבן זיין פולסטן הסכמה און דעם שבת קודש האט דער רב שליט"א במעמד עם רב, ביים שיעור פרק אין ביהמ"ד דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין לעיקוואוד, אנגענומען דאס רבנות צו שטיין אין שפיץ פון די קהלה קדושה ומוסדות סאטמאר אין שטאט.
דער רב שליט"א איז נעתר געווארן צו די הפצרות פון די חברי הקהילה, ספעציעל נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז ארויף אויף א באזוך צום רב שליט"א דעם זוממער בעת דער רב שליט"א האט געוויילט אין לעיקוואד און האט מפציר געוועהן ער זאל אננעמען דאס רבנות. דעם ערב שבת האט דער רבי שליט"א ווידער איבערגעגעבן ברכת קדשו פארן נייעם רב שליט"א דורכן טעלעפאן און אנגעוואונטשן ער זאל קענען שטיין בראש העדה הקדושה און פירן די קהילה און מוסדות על מי מנוחות לאורך ימים ושנים.
דער ניי-געקרוינער רב שליט"א איז נודע בשערים אלס תלמיד חכם ומרביץ תורה, ער איז ברייט באקאנט אלס אויסגערופענע מורה הוראה אין שטאט וויליאמסבורג, זייענדיג א גרויסער בר אבהן. נישט לאנג צוריק איז ער אויפגענומען געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אלס ראש הישיבה אין די נייע "מתיבתא תורה ויראה" וועט זיין געאייגנט פאר די בוגרי ישיבה גדולה און וועט זיך עפענען צום נייעם שנת הלימודים באלד נאך די ימים טובים, חודש חשון תשפ"ו.
דער רב שליט"א האט מבשר צדק געווען אז ער איז שוין עומד על משמר הנהגת הקהילה והמוסדות, און וועט אי"ה אריבערקומען כסדר סיי אינדערוואכן און אויף שבתים און בהמשך הזמן וועט ער זיך אפציעל אריברציען קיין קרית סאטמאר - לעיקוואוד, און אנהייבן מיטן כח פון הרבצת תורה והוראה פאר די חברי הקהילה, אויף וואס דער ציבור קוקט שטארק ארויס.







תגובות