דאנערשטאג פ' שמות • ט"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

מאסן חסידי באבוב זענען דעם מוצאי שבת ארויסגעקומען בגוף ובממון ביים יערליכן דינער 'צאן קדשים' צו שטיצן די הייליגע און פרעכטיגע תורה אימפעריע פון די מוסדות החינוך דחסידי באבוב, אריינגערעכנט תלמוד תורה בני ציון, ישיבת כרם ציון און כרם שלמה, וואו עס ווערן נתחנך טויזנטער תלמידים בדרך המסורה לנו לשם ולתפארת.
די טויזנטער פארזאמלטע האבן צוגעטראטן צום מעמד מיט א באזונדערע התרגשות זייענדיג די ערשטע באבובער מעמד אין די נייע בנין האדיר פון די תלמוד תורה - די גרעסטע תורה פעסטונג אין בארא פארק, וואס חסידי באבוב אחים לדעה האבן אינאיינעם געלאזט בויען מיט שווערע הארעוואניע בדמי"ם תרתי משמע.
די מלוה מלכה איז פארגעקומען אין די פראכטפולע זאל אינעם בנין המוסדות - 'אולם הייטנער' און איז געווען מוקדש לעילוי נשמתו פון די בארימטע תומך תורה הרבני הנגיד החסיד הרב לייבל רובין זכרונו לברכה שטייענדיג אין די טעג פון זיין ערשטן יארצייט און דער בנין התלמוד תורה איז טאקע נקרא על שמו ולזכרו.
די ריזן ציבור האט זיך געוואשן צום רייכן סעודה אויף הערליך געדעקטע טישן וואו א גייסטרייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט. עס האבן מהנה געווען בפרקי שיר די שירה קאפעליע און א קינדער כאר פון די תלמידי המוסדות. אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הרב אליזער לערנער מנהל ת''ת תפארת יחיאל אין לעקיוואד, וואס האט באגריסט דעם גאנצן ציבור.
בכבוד גדול האט מען מקבל געוען פני קדשו פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז ערשינען אין זאל בקול רנה ותודה, און זיך געוואשן צום סעדות מלוה מלכה. דערנאך האט די יושב ראש המעמד אויפגערופן די עסקנים הגדולים די בוני הבית פון די בנין הת''ת און דער רבי שליט''א האט זיי איבערגעגעבן א מתנה כאות הוקרה. אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנגיד ר' יעקב ריגער הי"ו וואס לאזט זיך כסדר קאסטן מהונו לטובת די מוסדות הקדושים.
אלע נגידים זענען אריבער געבן לחיים און צום שלוס האט מען געהאט די זכיה צו הערן פייערדיגע דברות קודש פונעם רב שליט"א. דער רב האט ארויסגעברעגנט די וויכטיגקייט פון שטיצן די מוסדות וואו אונזערע אייגענע קינדער ווערן נתחנך און ארויסגעברגענט זיין התרגשות צו פראווען די סאמע ערשטע מעמד אינעם נייעם בנין און באזונדער געבעטן פונעם ציבור צו מוסיף זיין און העכערן די נתינות אין ליכט פון דעם וואס די בודזשעט אויפצוהאלטן אזא בנין אדיר איז היבש געשטיגן פון די פריערדיגע בנין.
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די מעלות פון לערנען מיט הרחבת הדעת און די געוואלדיגע גריסן וואס ער הערט צוריק און איבערגעגעבן וואס ער האט אליין בייגעוואוינט ביי זיין באזוך פארלאפענעם וואך אין תלמוד תורה. באזונדער האט דער רב שליט"א צווישן אנדערע מעורר געוען איבער די נסיונות הטעכנאלאגיע ביי די בעל הבתים און אנגעוואנטשן ברכת קדשו לרוב פאר אלע משתתפים.





















Comments