top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד''ק קרית וויז'ניץ אנגעקומען אויף קורצע באזוך אין מאנטשעסטער

זונטאג פ' חקת בלק - ו' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם


וויז'ניצער חסידים אין מאנטשעסטער האבן בכבוד והערצה מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט הגה''צ אב''ד קרית וויז'ניץ שליט''א בנו הגדול פון מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א וועלכע איז די לעצטע וואך דינסטיג אנגעקומען אויף א בליץ באזוך אין שטאט לרגל א חתונה ביי איינע פון די ארטיגע חסידים.


דינסטיג צופרי ראש חודש האט דער רב שליט''א געדאווענט שחרית אין די וויזניצער ביהמ''ד אין שטאט, די רב האט געדאווענט הלל פארן עמוד אין עולה געוועהן לתורה, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת ראש חודש ווי דער גאסט האט משמיע געוועהן מדברותיו ארומרעדנדיג כהנה צו די הייליגער טעג וואז דערנענטערן זיך.


אין לויף פונעם טאג איז פארגעקומען בבית האכסניא פונעם רב א רייע מיטונגען אין אסיפות מיט די ראשי הקהילה והמוסדות אין אין שטאט, באנאכט האט זיך די רב משתתף געוועהן ביים חתונה אין צומארגנס מיטוואך האט ער זיך צוריק געקערט למעונו אין ניו יארק.


דעם שבת איז דער וויזניצער רב ווי באריכטעט געוועהן צוגאסט אויף שבת בקרב חסידי ויזניץ אין לעיקוואד, לרגל די חנוכת הבית פאר די נייע ביהמ"ד קהל אמרי חיים ויזניץ אין שטאט אין געפראוועט דעם שבת בשבת אחים גם יחד. מוצאי שבת איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית אין שפיץ פונעם חשובן גאסט וואס האט אויפגעטראטן מיט דברי ברכה לכבוד המאורע, אין אזוי אויך האט אויפגעטראטן דער נואם הכבוד הרה''ג רבי בנימין ברייער דומ''ץ וויען בארא פארק, מגיד שיעור אין די וויזניצער קהילה צמח צדיק אין בארא פארק.








bottom of page