top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי קרעטשניף אין מאנסי אונטער רישומא דקדושה נאך געהויבענעם קרעטשניפער שבת בצל האד' מקרעטשניף סיגוט

מיטוואך פ' שלח - כ"ה סיון תשפ"ג | קול בחצרות


חסידים ואנשי מעשה אין מאנסי זענען נאך אלס אונטערן טיפן רושם נאך דעם געהויבענעם שבת קודש פרשת בהעלותך העעל''ט בצל הקודש פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א.


דער רבי שליט"א איז געקומען פארן ממעונו אין ירושלים עיה''ק צו די חתונה פונעם אייניקל החתן בן לחתנו הרה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סאלקא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יואל מנחם שלמה אשכנזי שליט"א אב"ד מאגלניצא, זון פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א.


די תפילות זענען פארגעקומען בבית מדרשו פונעם זיידן הגה"צ אב"ד סאלקא און די עריכות השולחנות זענען אפגעראכטן געווארן אין בית מדרש הגדול צמח צדיק וויזניץ אין שטאט. עס איז געווארן צוגעשטעלט אש''ל פאר די הונדערטער געסט פון איבער ניו יארק, קרעטשניפער חסידים פון אלע געגענטער און עלטערע אידן בעה''ב אברכים ובחורי חמד, תלמידים וחסידים וואס האבן נאך געלערנט אין ישיבת קרעטשניף אין כפר עטה בימי בחרותם.

דער אש קודש מיט וואס דער רבי שליט''א האט פארגעדאוונט און געפראוועט די טישן האט אויפגעברענגט ביים ציבור די לעכטיגע זכרונות פון די שבתים בצילו פון אביו הרה''ק מקרעטשניף זצוק''ל, בהילו נרו על ראשינו. פרייטיג צונאכטס האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד, נאכן דאווענען איז מען אריבער א לענגערע וויילע וואונטשן גוט שבת און שלום געבן פארן רבין שליט''א.


די סעודות שב''ק פאר אלע געסט זענען געפראוועט געווארן בשבת אחים גם יחד זקנים עם נערים מיט א ברידערליכע אטמאספארע. מען האט געהערט שיינע ווערטער און פון עטליכע מרביצי תורה חשובים, צווישן אנדערע פון הגה"צ אב''ד קרעטשניף וויליאמסבורג שליט"א בנו יקירו פון רבין שליט"א.

הונדערטער אידן האבן געשטראמט במשך שבת קודש און בפרט ליל שב"ק לאנגע שעה'ן צום עריכת השולחן ליל שב''ק וואס דער רבי שליט''א האט געפראוועט מיט א קאכעדיגע ברען און התלהבות. דער טיש האט זיך פארצויגן אריבער פינף שעה מיט זמירות ותשבחות ריקודין און דברי תורה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די אבי הכלה הגה"צ אב"ד מאגלניצא שליט''א, אין ארום 4:30 פארטאגס האט מען באגלייט דעם רבין שליט''א בשירה וזמרה צום בית האכסני'.

שבת אינדערפרי איז די רבי שליט''א צוגעגאנגען צו שוכן עד אין געדאוונט מיט א התלהבות א קרעטשניפן הכול יודיך, טובים מאורות און אזוי ווייטער.

נאך תפילת מוסף איז געפראוועט געווארן דער "קידושא רבה" מיט חדוות הנפש אינאיינעם מיט די זיידעס האדמורי"ם שליט"א מקרעטשניף סיגעט, ספינקא ירושלים און סאלקא זינגענדיג דערביי פילע ניגוני התעוררות ושמחה און דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה. דער סעודת צפרא דשבתא האט דער רבי שליט''א געפראוועט מיטן עולם אינאיינעם אין זאל, עס איז געווען א מחזה הוד בזמירות ותשבחות, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד סאלקא.

פארנאכטס איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, די רבי האט עולה געווען שלישי און געבענטשט גומל, ווי מען האט געליינט גאנץ פרשת שלח די קריאה אין ארץ ישראל, דערנאך איז אפגעראכטן געווארן רעווא דרעווין אויף א געהויבענע פארנעם מיט השתפכות הנפש האט מען געזינגען די זמירות ,און געהערט לענגערע דברי אלוקים חיים פון רבין שליט''א בעניני הפרשה און התעוררות צו תשובה און התחזקות בתורה ותפילה. נאך הבדלה ברוב עם איז דער רבי געווארן באגלייט בשירה וזמרה. ויו''ט הי' עושה בצאתו בשלום מן הקודש.


מוצש''ק איז פארגעקומען סעודת מלווה מלכה רבתי אינאיינעם מיט די שמחת הפארשפיל און סעודת הילולא לרגל די פופציגסטע יארצייט פונעם רבינס זיידע הרה"ק רבי איתמר'ל מנדבורנא זי"ע, מען האט געהערט סיפורי צדיקים פון די זיידע הגה"צ אב"ד סאלקא, און פון כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי נכדי בעל ההילולא, אויך האט די רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מזוטשקא מאנסי שליט"א צו שפילן פידל כמנהג זקנו די בעל ההילולא, עס האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מסקולען מאנסי - ניקלשבורג - נדבורנא אלעד, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי, הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אב"ד סאטמאר מאנסי, הגה"צ אב"ד קאמאדא, הגה"צ אב"ד דעלעטין און נאך.

נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור א דורך זיך וואונטשן ביים רבין, אין מען האט פארענדיגט אום דריי אזייגער פארטאגס.













bottom of page