top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

הרב שמעון וואלף קליין משב"ק האד' מבעלזא ווערט געזעהן אין סאטמארער ביהמ''ד אין מאנטריאל וואו ער איז געקומען שלום נעמען פון האד' מסאטמאר אינאיינעם מיט א משלחת דייני בעלזא מאנטריאל.

די ציון פון אדמור"י ליובאוויטש פארפלייצט מיט ליפלעטן איבער משכונות וועלכע זענען ליידער פארכאפט אין עזה.

האדמו"ר מוויזניץ ווערט געזעהן דעם מוצאי שבת אין א שמועס מיט גיסו הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויז'ניץ ברחובות קריה נאמנה.

הרב בערל לאזאר הויפט רב פון ראסלאנד ביי אזיצונג דער וואך אינאיינעם מיט רעליגיעזע פירער אין רוסלאנד, ביים רוסישן פרעזידענט אמבאלאנגט די מלחמה צושטאנט אין ארץ ישראל, ווי דער רב האט זיך אויסגעדריקט פארן פרעזידענט אז 'שלום מיט טעראריסטן איז נישט קיין אפציע'.

כ"ק אדמור מצאנז קלויזענבורג שליט"א ביים גרויסן עצרת תפלה ברחובות העיר בארא פארק, ביים אנוואונטשן הרה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב דחסידי באיאן אין אמעריקע וועלכע האט זיך אין די טעג אריבערצויגן קיין בארא פארק.

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן ביים מתפלל זיין ביים קבר רחל לרגל די יארצייט.

בסוד שיח • הגה"צ רבי יואל טייטלבוים בן האדמו"ר מסאטמאר אויף א באזוך ביי האדמו"ר מדינוב לרגל די שמחה במעונו.

בנאות דשא • קרישקעס האט די וואך באמערקט דער קאמארנא רבי אויפן וועג גייענדיג אהיים פון בית מדרש.

די מייסטערהאפטיגע לאגא וואס ערשיינט לקראת כ"א כסלו תשפ"ד בחצר הקודש סאטמאר (מהר"א).

הגאון רבי פנחס לייבוש פאדווא שליט"א גאב"ד שומרי הדת אין אנטווערפן האט זיך געטראפן מיט פירער פון די קריסטליכע און מוסלעמענער רעליגיעס להבדיל, אין א פרואוו צו ווייזן אחדות און רופן פאר רואיגקייט און איינגעהאלטנקייט צווישן אלע געמיינדעס אין שטאט.

חסידי וויז'ניץ האבן דעם פארלאפענעם ערב שבת זיך צוזאמגענומען מחזק צו זיין די פילע פליטים אין באטראפענע משפחות לענגאויס ארץ הקודש.

האדמו"ר מקאליב ביים זינגען סאלא קאקאש אינאיינעם מיט אידישע זעלנער אויפן פראנט ביי די עזה גרעניץ.

המקובל רבי יעקב עדס ביים עצרת תפילה ומעמד בקשת רחמים ביים קבר רחל ערב יומא דהילולא מיט.

אין בית הכנסת רבן יוחנן בן זכאי אנגעפירט דורך הגה"צ רבי מאיר כהן שליט"א נשיא איחוד הרבנים הספרדי, זענען זיך צוזאמגעקומען א ציבור אידן וועלכע האבן מיט די ד' מינים געמאכט הקפות, און געזאגט די ספעציעלע 'שבעה כורתי ברית' תפילה, וועלכע ווערט געברענגט פון מקובלים אלס א סגולה מכניע צו זיין און צו צושטערן אלע שווערע גזירות אויף כלל ישראל. אזעלכע הקפות זענען אויך געמאכט געווארן אינמיטן דעם צווייטן וועלט מלחמה דורך די גדולי המקובלים אין יענע צייט ווי אויך אין אנדערע זמנים.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ביי קביעת מזוזה און שמחת החאלאקע בבית הרבני הנגיד ר' בנימין ווייזער הי"ו, אין זיין נייע הויז בגלילות מאנסי.

כוס תנחומים • חסידי קאליב באוויינען די פטירה פון האשה החשובה מרת חיה יוספוביץ ע"ה שוועסטער פונעם לעגענדארער משמש בקודש הרב חיים בנימין קירשנבוים.

האדמו"ר מקאליב ביים פארזאגן 'שמע ישראל' אינאיינעם מיט ילדי תשב"ר אין דרום ארץ ישראל אריינצובאקן אין די קינדערלעך אמונה ובטחון אין די שווערע זמנים.

האדמו"ר מדושינסקיא אויף ביקור חולים אין שטוב פון הרב דוקי גרינוואלד מגדולי עסקני ברסלב אין ארץ ישראל.

תורה מגנא ומצלא • הגה"צ המשפיע רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים לערנען די וואך בחברותא מיט כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א.

האדמו"ר מסאדיגורה ירושלים ביים פארברענגען אין מחזק זיין אידישע מיליטערלייט אויפן פראנט.

אן הערליך האנט געמאלן בילד פון הרה"ק מבעלזא זיע"א.

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פאר ר' אהרן לוסטיג משב"ק אדמו"רי בית לעלוב ומו"ל גיליון 'אהל מועד' לרגל די שמחת החתונה פון בתו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פארן מגיד מישרים ומרביץ תורה הרה"ג רבי יחזקאל ווייס שליט"א מחשובי רבני עיר מאנסי און רב ומייסד פון די מצילי אש ארגענעזאציע, לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן, און די שמחת האירוסין פון בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר החתן מענדי בראנד מבאי בית מרן אדמו"ר מוויז'ניץ, לרגל זיין חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב, אינעם בילד: הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ שליט"א און הגה"צ אב"ד וויזניץ אלעד ביים מעמד קבלת פנים.

א ברכת מזל טוב פאר ר' אהרן קלמן פריעד משמש אין בית מדרש הגדול בעלזא לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער בשעה טובה ומוצלחת. אינעם בילד: הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח ביי שמחת הווארט.

א ברכת מזל טוב פאר הרב נחום אפרים האגער בן הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו, ווערט געזעהן די זיידע האדמו"ר מאלכסנדר קליוולאנד שליט"א.

א ברכת מזל טוב פאר ר' משה מרדכי בלעדי משב"ק האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו למזל טוב.


bottom of page