top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נתחדש אורה: געהויבענער "קרעטשניפער שבת" געפראוועט אין וויליאמסוברג בצל האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב"ג

  • sfbechatzros
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: JDN

א געהויבענע און אומפארגעסליכע שבת קודש איז אריבער בחצר הקודש קרעטשניף סיגעט אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, דער ערשטער שבת קודש על כסא ממלכתו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון וויליאמסבורג נאכן איבערנומען די כס האדמורו"ת, שטייענדיג נאך אינמיטן די ימי השלושים להסתלקותו פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה.


די קרעטשניפער המשכה אין שטאט וויליאמסבורג טראגט מיט זיך א באזונדערע באדייט, וואס אט אין דעם שטאט אשר קידשה לשעתה, וואו דער רבי זצ"ל בעל רזא דאמונה האט געשטעלט זיינע ערשטע טריט אויפצובויען די קרעטשניף סיגעט'ער הויף אין די בראשית יאהרן ווען ער איז נתעלה געווארן בכתר האדמורו"ת. אצינד מיטן ווייטערדיגע המשכה דורכן רבי'ן שליט"א, איז צוריק נתחדש געווארן אור כבראשונה ווען מען וועט ווייטער האבן די זכי' צו קענען זיך דערווארמען פונעם קרעטשניפער פייער און קאך בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.


דער גרויסער שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן אין די ריזן 'עידן פאלאס' זאלן, ווי א פילקעפיגער ציבור פון הונדערטער אידן מתושבי העיר חסידים ואנשי מעשה האבן זיך באטייליגט און איבערגעפילט די זאל ביי די געהויבענע תפלות און טישן.באזונדער האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט פון אנדערע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש, במיוחד האבן זיך ארויסגעלאזט שיירות פון שטאט בארא פארק במשך דעם שבת, ווי פילע חסידים האבן געמאכט דעם לאנגן וועג צופיסנס אנצוקומען קיין וויליאמסבורג דורכאויס שבת.צום באשטימטן צייט, לערך א האלבע שעה נאכן זמן הדלקת הנרות, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין זאל צו תפלת מנחה, און איז צוגעגאנגען צום עמוד כנהוג, וואו דער רבי האט פארגעדאווענט א פייערדיגע דאווענען מיטן קרעטשניפער נוסח, נאך קבלת שבת און מעריב האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון הונדערטער אידן וועלכע זענען אריבער וואונטשן א גוט שבת וואס האט זיך פארצויגן העכער א האלבע שעה, דער רבי שליט"א איז געווען מלובש מיט א טלית אויפן פלייצע און מיט די ווייסע גארטל, און צוריגעוואונטשן כנגד המברכים בהארת פנים, באזונדער האט דער רבי שליט"א געבענטש די קינדער כמנהג אביו דער רבי זצ"ל.די סעודת ליל שב"ק פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה אינעם זאל.


אנגעהויבן פון 11:00 האט זיך שוין אנגעזעהן א מאסן שטראם פון הונדערטער אידן וועלכע האבן ווי באלאגערט דעם זאל מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם עריכת שולחן הטהור. אין די באשטימטע צייט בשעה 11:30 איז  דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת שולחן הטהור מלובש מיטן טלית אויפן פלייצע, די וויייסע גארטל און די סטראקעס בעקיטשע.


דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די קרעטשניפער 'שלום עליכם' מיט א פייערדיגע ברען באגלייט מיט בכיות נוראות וואס האט אנגעהאלטן ביז נאך די פלאמעדיגע קידוש. במשך דעם גאנצן טיש איז געזינגען געווארן די נאסטאלגישע קרעטשניפער ניגונים וועלכע האט ארויפגעברענגט גרויס געגוגעים און בענקשאפט ווען עס האט צוריק דערמאנט די לעכטיגע צייטן בהלו נרו על ראשינו פון דער רבי זצ"ל בעל רזא דאמונה, און אביו הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל.


במשך דעם טיש האט זיך אנגעזעהן א קאלירפולע בימת הכבוד מיט פילע רבנים פון שטאט, באזונדער האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאלבאסאוו שליט"א און נאך.


איינס פון די הויכפונקטן ביים עריכת שולחן הטהור איז געווען בעת ווען דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן דעם קרעטשניפער 'ואני בעודי', זייענדיג מרקד טפחיים על גבי קרקע כפשוטו, און מעודד געווען דעם ציבור מיט די ריקודין.דערנאך האט דער רבי שליט"א פארטיילט עפלעך, דערויף האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי תורה ארויסברעגענדיג וואס דאס מיינט פאר אים איבערצונעמען אזא עול ההנהגה, און געבעטן כלפי שמיא מען זאל אים די כוחות בזכות אבותיו הקדושים.


ווען דער געהויבענער 5 שעה'יגע טיש האט זיך געענדיגט האט שוין די זייגער געקלאפט 4:30 פארטאגס, און א גרויסן ציבור האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א לביתו נאוה קודש, בעת ווען מען האט געזינגען ניגוני שבת קודש ברחובות העיר.שבת אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפלת שחרית, דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט 'נשמת' כמנהג בית קרעטשניף, מיטן קרענטשניפער קאך און פייער.


ביי קריאת התורה האט זיך פארקויפט די עליות פאר גרויס געלט צו דעקן די הוצאות פון די געהויבענע שבת קודש.נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא כנהוג, וואו דער רבי האט פארטיילט פון אלע מאכלים, און געזונגען די ניגונים כנהוג ביי די קידושא רבא, און באזונדער עטליכע ניגונים און נוסחאות פון די ימים הנוראים.


ביי רעוא דרעוין האט זיך ווידער אנגעזעהן א מאסן שטראם ווען פילע הונדערטער אידן האבן איבערגעפילט דעם זאל קומענדיג מיטהאלטן די לעכטיגע שעות זיך געזעגנענדיג פון אזא געהויבענער שבת קודש, בעת שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט לענגערע דברות קודש בבכיות נוראות זאגענדיג אז דער טאטע איז געווען א קדוש וטהור, און עס איז אים א שווערע עול איבערצונעמען אזא הייליגע המשכה, אבער אלס איז כדי ווייטער אנצוהאלטן אט די הייליגע עבודה וואס מען האט געזעהן ביים טאטן דער רבי זצ"ל ולמעלה בקודש, דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט אז עס איז זיכער אז דער טאטע זצ"ל און דער זיידע זצ"ל שטייען צו זיין זייט, און שעפן א קורת רוח משמי מעל זעהנדיג ווי עס ווערט ווייטער אנגעהאלטן די הייליגע המשכה.נאך תפלת מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה און דערמיט איז געשלאסן געווארן די אומפארגעסליכע שבת קודש, וואס האט פון פריש אויפגעשיינט די הייליגע קרעטשניפער המשכה אשר קידשה ראשונה קידשה לשעתה.


השבת נועם הנשמות!

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page