top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע שטימונג אין צאנז זמיגראד'ער הויף צום חתונה פונעם ממשיך שלשלת הזהב האד' מצאנז זמיגראד

זונטאג פ' חקת בלק - ו' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: איתי קצב


מיט התרגשותדיגע געפילן גרייטן זיך חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד איבער די וועלט צום לאנג ערווארטעטע היסטארישע מאמענט ווען דער ממשיך שלשלת הזהב לבית צאנז זמיגראד כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א וועט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת.

די חתונה רופט אַרויס די אינערליכע רגשי הלב ביים ציבור ווען דער גאלדענע קייט די ענף עץ אבות ציהט זיך ווייטער, און עס ווערט נתקיים דעם 'לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך' און די רבי שליט"א טוט אוועקשטעלן דעם בית גדול וקדוש, בעת ווען עליונים ששו ותחתונים עלזו, און די אבות הקדושים שרפי מעלה פרייען זיך מיט משמי מעל מיט די שמחה הרוממה.

די שמחת הנישואין קומט פאר דעם מיטוואך י' תמוז אין די היכלי מלכות זאל אין בני ברק בקול מצהלות חסידים והמון חוגג אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה, און עס וועט נאכפאלגן מיט די שבעת ימי המשתה אין די צענטראלע שמחת השבע ברכות דעם קומעדיגן דינסטיג פנחס אין בית מדרש צאנז זמיגראד אין בני ברק.

דעם שבת איז געפראוועט געווארן אין די זמיגראד'ער הויף די שבת של שמחה די עליה לתורה פונעם רבין שליט"א, א שמחהדיגע שטימונג האט געהערשט ביי די חסידים ואוהדים אריינטרעטנדיג אינעם שבת ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ''ד ועטרת על ראשו אנגעטוהן מיטן שטריימל, ביי לא תבושי האט זיך די ציבור ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן מזל טוב און גוט שבת.


די סעודות שבת האט די רבי שליט"א געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה און געסט, דורכאויס די סעודות האבן אויפגעטראטן מיט ווערטער כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א, הרה"ג ר' חיים דוד קובלסקי רב ביהמ''ד סוכוטשוב, אין הרה"ג ר' מרדכי מאזעס איידעם פונעם רבי'ן זצ"ל בעל 'ביכורי חיים'.

שבת אינדערפרי איז ארויס די באגלייטן פון ביתו נאווה קודש פונעם רבין שליט"א בשירה וזמרה צום היכל הבית מדרש, ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געווען שישי, און דערנאך איז פארגעקומען די באווארפן ווי מען האט געזינגען פילע ניגוני שמחה און שבח והודאה, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבה ברוב עם ווי הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן איבערגעפילט דאס בית מדרש אנטייל נעמען אינעם גרויסן שמחה.




























Commentaires


bottom of page