top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תפילות פאר זקן צדיקי הדור האד' מרחמיסטריווקא הזקוק לרחמי שמים

מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


השתדלו והרבו תחינה ובקשה: חסידי רחמיסטריווקא דריקן אויס זארג איבער דער מצב הבריאות ביי רבם ומאורם כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א לרפו''ש וואס איז ליידער זינט שבת שטארק אפגעשוואכט, דאקטוירים זאגן אז די רבי איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים אין מען דארף אסאך תפילות ישראל, דעם זינטיג האט די רבי שליט''א ליידער נישט געקענט אנטייל נעמען ביים גרויסן הכנסת ספר תורה צוליב דעם חולשה אין אזוי אויך וועט די רבי שליט''א ווארשיינדלעך נישט ערשיינען צו די חתונה פונעם אייניקל וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין בארא פארק צום אנטוישונג פון די חסידים.


היינט נאכמיטאג ביום החופה וועט פארקומען א גרויסער מנין תהילים אין ביהמ''ד הגדול ראחמיסטירווקא אין בארא פארק ווי מען וועט אין דעם עת רצון מתפלל זיין אין מרבה זיין בתפילה פאר די גענצליכע ערהוילונג פונעם רבין שליט''א מרן חי יצחק בן אסתר רבקה.


והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

bottom of page