top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרוכט בוים נעבן ביתו נאווה קודש פון האד' מקאסוב פארקויפט; דין ודברים ביים שיעור איבער צדדי ההלכה

מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט בארא פארק 24


דעם זונטאג אינדערפרי נאך שחרית, ביים וועכנטליכן שיעור דורך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, האט דער רבי אדרעסירט די געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט מיט א פרוכט בוים פארנט פונעם רבינ'ס הויז, וואס מען האט לעצטע וואך אפגעשניטן נאכן פארקויפן די בוים פאר א גוי.


די געשיכטע איז באקאנט געווארן נאך וואס פארבייגייער פארנט פון ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, האבן באמערקט א צעטעלע ארויפגעקלעבט אויפן בוים פארנט פון רבינ'ס שטוב, וואו עס שטייט ארויסגעשריבן לעגאל אז די בוים איז פארקויפט געווארן פאר די פרייז פון דריי דאללער...


דארט אויפן שטח איז געשטאנען א גרויסע פרוכט בוים, וואס האט ארויסגעגעבן פירות אויף א רעגלמעסיגע פארנעם, אבער א גרויסע פראבלעם איז געווען וויבאלד די סארט פירות וואס איז געוואקסן דארט האט אנגעברענגט א גרויסע שמוץ און א שווערע גערוך, אז מ'האט שוין לאנג געוואלט פטור ווערן דערפון, אבער ווי עס ווערט גע'פסק'נט אז על פי הלכה טאר מען נישט אפשניידן א פרוכט בוים, האט דער קאסובער רבי גארנישט געלאזט טון דערמיט.


פארגאנגענע וואך האט פאסירט א שווערע אינצידענט ווען א פרוי האט זיך אויסגעגליטשט אויף די פרוכט דארט, און האט זיך צובראכן א האנט רח"ל, זעענדיג דעם שווערן מכשול וואס דאס ברענגט, האט דער קאסובער רבי געהייסן פארקויפן דעם בוים פאר א גוי, וועלכע האט איינגעצאלט די פרייז פון "דריי דאללער", און אז עס איז געווען אונטער די אייגענטומערשאפט פונעם גוי, האט מען עס געקענט אפשניידן רואיגערהייט.


דעם זונטאג צופרי נאך תפילת שחרית, ביים וועכנטליכן 'שיעור ידיעות', האט דער רבי אויסגעשמועסט די מעשה און ארויסגעברענגט די צדדי ההלכה, און איבער די מקח וואס מ'האט פארקויפט דעם בוים פארן גוי, מיט א תנאי וואס שטייט קלאר ארויסגעשריבן אויפן שטר, אז אויב נאך א יאר וועט דער נייער בעל הבית נישט צוריקקומען און באזארגן די וואוקס פונעם בוים ווי עס פעלט זיך אויס, דאן גייט עס צוריק צום ערשטן בעל הבית.

Comments


bottom of page