top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד אדיר פאר כלל חסידי ויז'ניץ מחזק צו זיין דער לימוד 'אחים' מיסודו פון האד' מוויז'ניץ

דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


חסידי וויזניץ זענען נאך אונטערן רושם פונעם פראכטפולן מעמד 'תוכו רצוף אהבה' וועלכע איז פארגעקומען פארלאפענעם זונטאג נאכט מיטן ציל מחזק צו זיין די טעגליכע לימוד אין ראם פון לימוד 'אחים' מיסודו פון כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין די פראכטפולע 'ווינישען' זאל אין פתח תקוה אין שפיץ פונעם מנהיג העדה דער וויז'ניצער רבי שליט''א.


ווי באקאנט האט די רבי שליט''א איינגעפירט מיט א יאר צוריק די סדר הלימוד 'אחים' אין קובע געוועהן א טעגליכער לימוד אין גמרא, משניות, ספר חובת הלבבות, אין דער ספר מעדני השולחן פונעם רבי'ן דער 'ישועות משה' זצ''ל און מ'וועט דאס מסיים זיין בבואו היום ביים מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין האדיר מרכז העולמי 'ישועות משה' וויז'ניץ.


אצינד, נאך א יאר און אהאלב האט מען מסיים געוועהן די ערשטע פופציג בלעטער אין דעם אייגנארטיגע מסגרת וועלכע טוט פאראייניגן אלע חסידים צוזאמען, בעלי-בתים, אברכי הכולל, תלמידי הישיבות וילדי החמד, וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת התורה און האבן זיך צוגעגרייט מיט א רוחניות'דיגע הכנה אין בעפארברייטונג צו די ערשטע בוי פאזעס פונעם גיגאנטישן מרכז העולמי.


ביים מעמד איז אפגעראכטן געווארן א 'מבחן פומבי' ווי מ'האט פארהערט די ילדי חמד בנוכחותו פונעם רבי'ן שליט"א, אויף אלע פופציג דפים פון די לימודים, צום סוף פונעם פארהער האט דער רבי זעלבס פארגעווארפן פארשידענע שאלות פאר די קינדער בעניני חסידות און האט געפרעגט ווי מ'טרעפט די מקורות אין די פופציג בלעטער גמרא וואס מ'האט ביז יעצט געלערנט און אויך דא האבן די קינדער באוואונדערט די באטייליגטע און געענטפערט מיט א זעלטענע קלארקייט אויף אלע שאלות. די רבי שליט''א האט דאן משמיע געוועהן דברות קודש אין שטארק מחזק געוועהן דעם לימוד 'אחים' אלס א ריכטיגע הכנה צום חנוכת הבית פאר דעם בית גדול וקדוש.


צום שלוס פונעם מעמד וועלכע האט זיך געענדיגט באשמורת הבוקר, זענען די חסידים אריבער ביים רבי'ן מקבל זיין ברכת פרידה לרגל די נסיעה פונעם רבי'ן קיין שווייץ און האבן זיך צושפרייט אהיים פיל מיט התרוממות הנפש און חיזוק ווייטער מיטצוהאלטן דעם סדר הלימוד דבר יום ביומו.






























































Comments


bottom of page