מונטאג פ' כי תבוא - י"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אינעם ביהמ''ד הגדול גור אין ירושלים איז נעכטן זינטאג נאכמיטאג געפייערט געווארן די שבע ברכות רבתי אין די נעילת ימי שמחה אינעם רבינ'ס הויף. במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן צענדליגער אדמור''ים ורבנים וראשי ישיבות פון אלע שיכטן אין קרייזן וועלכע זענעם געקומען אפגעבן מזל טוב פארן ראש בית אב די זיידע כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א, צווישן זיי: כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ''ק האדמו''ר מלעלוב שליט''א, כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א, הגאון הגדול רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבודקא, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, הגה''צ רבי משה בראנדסדרפער גאב''ד היכל הוראה, הגה''צ רבי בנציון וואזנער אב''ד שבט הלוי בית שמש, הגה''צ רבי יעקב מאיר שטערן דומ''ץ זכרון מאיר אין נאך פיל.
די רבי שליט''א האט אויפגענימען די חשובע רבנים בכבוד הראוי אין באזונדער פארברענגט מיטן סלאבודקא ראש ישיבה מיט גרויס ידידות. מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געוועהן כ''ק גאב''ק מאקאווא שליט''א, הרה''צ רבי איטשע דוד אלתר אין זיין שוואגער הרה''ג רבי בערל ליפל קינדער פון הרה''ק בעל 'פני מנחם' מגור זי''ע אין ברכה אחריתה די זיידע כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א. נאכן שמחה האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.
Comments