top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספעציעלע אסיפה פאררופן דורך האד' מסאטמאר פאר אלע "שייטל פארקויפער" פון קרית יואל

זונטאג פ' שופטים - כ"ו אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעידט: סאטמארע נייעס


א וויכטיגע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם וואך בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א, פאררופן פאר אלע שייטל- מאכער'ס און העט-סטארס אייגנטומער פון קרית יואל, מיט'ן ציל צו בויען א געמיינזאמע פאזיטיווע צוזאמענארבעט פון סערווירן די קליענטן לויט די קלארע הוראות פונעם רבי'ן שליט"א און הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אין די ענינים. די אסיפה איז פארגעקומען ביים רבי'ן אין שטוב אויף אוהעל קט. ווען לידו איז זיך משתתף דער קרית יואל'ער דיין, ווען עס האבן זיך דערביי פארזאמלט די נשים צדקניות תושבי קרית יואל וועלכע באשעפטיגן זיך אין געביט פון "קאפ צודעק" פאר די עזרת נשים, סיי די וואס באפאסן זיך מיט שייטלעך, און סיי די אייגנטומער פון די העט-סטארס פון קרית יואל, וואו עס ווערן פארקויפט אלע ערליי קאפ- צודעקן.


דער רבי שליט"א האט גענומען דאס ווארט, אנהייבנדיג אז ער איז נישט רגיל צו רעדן צו נשים, אבער אצינד איז א בחינה פון "עת לעשות לה'", פאר'ן וויכטיגקייט פונעם ענין, וואס עס פאדערט זיך צו פאראייניגן די כוחות און אינאיינעם פארזיכערן אז קרית יואל בלייבט א הייליגע שטאט, אין דערביי משמיע געווען קלארע דברי הסבר, ווען פון איין זייט האט דער רבי שליט"א מן ההר אל העם זיך אראפגעלאזט מסביר צו זיין דעם חומר הענין פון דעם גאנצן נושא פון שייטלען, ווען די אלע היינטיגע סארט שייטלען וואס זעען אויס ווי עכטע האר, האט קיין שום היתר נישט על פי הלכה, און עס איז בכלל נישט שייך ח"ו זיך ארומצושפילן מיט דעם. ליידער האט דער מצב הדור צוגעברענגט אז מען גייט מיט שייטלען, אבער עס איז קיינמאל נישט געווען די רעדע פון גיין מיט אזעלכע סארט שייטלען אויף וואס מ'קען נישט דערקענען אז עס איז א שייטל. די אמאליגע שייטעלן האבן בכלל נישט אויסגעקוקט ווי עכטע האר, און אריינצוברענגען די סארט שייטלען איז פארבינדן מיט הארבע איסורים.


מיט גרויס ביטערניש האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם מצב, וואס ליידער ליידער אויף אנדערע מקומות איז דער מצב נאך פיל ערגער, אבער קרית יואל איז ב"ה נאך געשטאנען אין א העכערע דרגה אין דעם נושא. אבער אויב מ'וועט נישט שטיין על המשמר, וועט ח"ו קומען א צייט וואס קרית יואל וועט אויסקוקן נישט אנדערש ווי אנדערע מקומות, ותוצאותיו מי ישורה. בין הדברים האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם גרויסן אחריות וואס ליגט אויף יעדן איינעם, וואס מען דארף געדענקן, אז מען וועט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע איינע קאסטומער וואס מען האט צוגערעדט אז מען זאל משנה זיין דעם לבוש פון וואס מען האט צוגעזען ביי די עלטערן און אור-עלטערן. אזוי האט דער רבי שליט"א געשטורעמט מיט אן אש קודש, און ארויסגעברענגט פון די אנדערע זייט דאס חשיבות פון האבן א חלק אין אנהאַ לטן די אמאליגע הנהגה, צו האלטן הויך דעם סטאנדארט פון קדושה און צניעות.


די ווערטער פון רבי'ן שליט"א און די קלארע פּסקי הלכה וואס איז פארטיילט געווארן האט אריינגעברענגט די ריכטיגע ידיעה ביי די געלאדענטע צו די אסיפה, צו וויסן וואס מען האט צו טון און וויאזוי זיך צו פירן אויף טריט און שריט אין די הארבע ענינים, נישט ח"ו אריינצוברענגען קיין קאלטקייט אין די הארבע ענינים.

Comments


bottom of page