top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלת מוסדות סאטמאר ב"פ אריינגעשפרינגען אין פרישע פראיעקט צו פארברייטערן די גבולי הקדושה

מיטוואך פ' וזאת הברכה • י"ב תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק זענען ווידעראמאל איינגעהילט אין התרגשות און פרייד, ווען די הנהלת המוסדות איז אריינגעשפרינגען אין א פרישע פראיעקט צו פארברייטערן די גבולי הקדושה אויף א מאסיווע פארנעם, מיטן אפקויף פון צוויי פרישע שטחים נעבן די עקזיסטירנדע שטח הבית רחל אויף די צוויי און זעכציגסטע סטריט אין בארא פארק.


דאס קומט נאך א זעלטן הצלחה'דיגע יאר בין כותלי המוסדות פון סאטמאר אין בארא פארק, ווען מ'האט אנגעהויבן די מאסיווע בוי ארבעט אהערצושטעלן א הונדערט טויזענט סקווער פיסיגע געביידע פאר די נייע בנין בית רחל החדש אויף די צוויי און זעכציגסטע סטריט, אין צוגאב צו די היסטארישע מקח פאר די נייע בנין התלמוד תורה בנין ליפא פריעדמאן, ביים ווינקל פון אושען פארקוועי.


די פרישע רינגעלע אין די גאלדענע קייט פון הרחבת גבולי הקדושה, מיטן אפקויף פון צוויי פרישע שטחים, הארט נעבן די שטח וואו עס ווערט שוין געבויעט די נייע בנין הבית רחל אויף די צוויי און זעכציגסטע סטריט, איז נארוואס צושטאנד געקומען בנדבת לבם פון די נדיבי הקהילה, וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן די פיר מיליאן דאללער אפצוקויפן די צוויי נייע לאטס, נאכדעם וואס די פריערדיגע בעלי בתים האבן אנגעטראגן דעם מקח פאר די הנהלת המוסדות, און זעענדיג מיט קלארע אויגן די נאכאנאנדע בליה און וואוקס פון די תלמידי המוסדות בליעה"ר כן ירבו, איז באשלאסן געווארן אריינצושפרינגען אינעם פראיעקט, להרחיב גבולי הקדושה.


די מקח איז צושטאנד געקומען בברכתו הטהורה פונעם געטרייער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי''י נשיא המוסדות, צום טיפן פרייד פון כלל תלמידי וחסידי סאטמאר, און די הורי המוסדות בפרט.




bottom of page