top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב אנגעקומען אויף יערליכע באזוך אין מחנה שלוה ד'באבוב

דאנערשטאג פ' ראה - כ"ג אב תשפ"ג | קול בחצרות


דעם דינסטאג אין די פארמיטאג שעה'ן איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף די יערליכע באזוך אין מחנה שלוה ד'באבוב וואו די תלמידי המוסדות האלטן זיך אויף משך די זומער וואכן.

ביים אנגעקומען בשערי המחנה איז די רב אנטפאנגען געווארן דורך די הונדערטער ילדי המחנה וואס האבן מקבל געוועהן פני הקודש בשירה ובזמרה המון חוגג. צום ערשט איז די רב אריינגעקומען אינעם גרויסן חדר האוכל וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די דורך יונגערע צאן קדשים אינעם קעמפ. די קינדער האבן געזינגען ניגוני התעוררות אין א לענגערע ניגון פון בעל קדושת ציון זי"ע וואס די קינדער האבן זיך אויסגעלערנט משך די זומער וואכן כהכנה דרבה צום געהויבענעם באזוך פונעם רב אין קעמפ. דערנאך זענען די קינדער דורך מקבל זיין א פרי פונעם רב שליט"א.


פון דארט איז די רב אנגעקומען צום גרויסער ביהמ"ד אינעם קעמפ ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע הונדערטער קינדער פון די עלטערע כיתות. נאכ'ן זינגען עטליכע ווארעמע ניגונים האט די רב שליט"א אויפגעטראטן מיט ווארעמע דברות קודש פאר די קינדער און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך שוין גרייטן אויף די ימים נוראים הממשמים ובאים. דערנאך זענען די קינדער אדורך אין די רב האט פארטיילט פירות.


צום שלוס איז די רב שליט"א אנגעקומען צום ביהמ"ד פון די ישיבה לצעירים פון ישיבת כרם ציון. די רב איז ערשינען אינמיטן די סדר הלימוד אין ארומשפאצירט צווישן די בחורים אין באגלייטונג פון די מנהל הרה"ג ר' משה טובי' מיללער און געשעפט גרויס קורת רוח זעהנדיג ווי די בחורים זיצן אין לערנען מיט גרויס התמדה.

דערנאך האט די רב שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים אין משמיע געוועהן שיחות קודש באגלייט מיט הדרכות ישרות פאר די בחורים כהכנה צו די הייליגע טעג, און ארויסגעברענגט בתוך דבריו אז די בחורים זאלן מיטנעמען אין קעמפ די ראש השנה און יום כיפור מחזורים זיך פארצוקוקען דאס דאווענען די אלע פיוטים און יוצרות, זאגענדיג אז בימינו אלה איז ברוך השם דא מחזורים מיט פירושים וואס מ'קען זיך גרינגערהייט צוגרייטן אז מ'זאל פארשטיין וואס מ'זאגט ביים דאווענען אין די הייליגע טעג. דערנאך זענען די בחורים דורך שלום נעמען כבני מרון, אין ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה.


די געהויבענעם ביקור פונעם רב האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושא אויף אלע קינדער און בחורים למען יעמדו ימים רבים!.

















































留言


bottom of page