האחים האדמורי"ם לבית צאנז געלאדענט האד' מבאבוב 45 אויף א באזוך אין נייע הכנסת אורחים אין שטאט צאנז
- בחצרות הקודש

- 1 באוג׳ 2023
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' עקב - י"ד אב תשפ"ג | קול בחצרות

פארלאפענעם וואך זענען אנגעקומען אויף א באזוך צו כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א אין מחנה מתיבתא באבוב 45 אין פארקסוויל, כ"ק האחים האדמורי"ם לבית צאנז, האדמו"ר מצאנז פון בארא פארק, האדמו"ר מבני תורה צאנז, האדמו"ר מצאנז קרית יואל, און האדמו"ר מצאנז גריבוב, לקראת די געהויבענע און היסטארישע מסע הקודש אהבת איתן וואס דער רבי נעמט אונטער קיין פוילין דעם קומענדיגן חודש אלול אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות, ווי ברייט געמאלדן דא אויף קול בחצרות.
די ברידער האדמורי"ם לבית צאנז זענען געקומען איינלאדענען דעם רבי'ן צו באקומען באזוכן אין די נייע הכנסת אורחים "לינת הצדק" אין שטאט צאנז, וואס זיי האבן אויפגעבויעט אין די לעצטע תקופה אויף א פראכטפולע פארנעם, צו קענען אקאמאדירן מיט הרחבת הדעת די טויזענטער עולים צום ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע דורכאויס די גאנצע יאר. אויך האבן זיי צוגעוויזן פארן רבי'ן די בילדער און דעטאלן ארום דעם היסטארישן אונטערנעמונג, און איבערגעגעבן א באריכט פון די געוואלדיגע פעולות וואס איז שוין געטון געווארן ביז היינט, געבנדיג א געשמאקע באקוועמע אכסניא און א שיינע לופטיגע בית המדרש פאר די פילע מתפללים ביים ציון הק', הארט נעבן די בית החיים סמוך ונראה צום אהל הק' פון הרה"ק מצאנז זי"ע.
דורכאויס די באזוך איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די פעולות צדיק לחיים פונעם הייליגן זיידן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע, צום שלוס פונעם באזוך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א געהייסן אריינברענגען כיבוד פאר די חשובע געסט, און דער רבי האט צוגעשטימט צו באזוכן אין די נייע הכנסת אורחים וויילענדיג אין שטאט צאנז ביים היסטארישן מסע הקודש.











תגובות