top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה ימים באים • ימי אורה ושמחה ערווארטעט די קומענדיגע וואך בחצר הקודש וויז'ניץ

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 14 במאי 2023
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' במדבר - כ"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי ויזניץ די בכל אתר ואתר גרייטן זיך מיט התרגשות און געפילן פון געגועים צו די געהויבענע ימי אורה ושמחה, קומעדיגע וואך שבוע שחל בו שבועות צו וואס די חסידים גרייטן זיך בהכנה דרבה אין א רייע פון עטליכע געהויבענע און היסטארישע מעמדים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מרכז.


די ימי אורה ושמחה וועט זיך שוין אנהייבן דעם קומענדיגן זונטאג ראש חודש סיון פארנאכטס, ווען דער רבי וועט מעריך זיין שולחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, און וועט זיך פארציען פאר העכער א וואך צייט, ביז דעם נאכפאלגענדן מאנטאג נאך שבועות ווען עס וועט געפראוועט ווערן די גרויסארטיגע מעמד הכנסת הילד לתלמוד תורה במעמד קהל רב הונדערטער חסידי ויזניץ בחורי הישיבות און תלמידי התלמוד תורה.


חסידי ויזניץ ציילן שוין די טעג מיט התרגשות, ווען מ'שטייט אצינד בלויז א וואך אפגערוקט איידער די תשעת ימי החגיגה, די הייליגע טעג פון א' סיון ביז ט' סיון, מיט איין קייט פון אורה ושמחה, זונטאג נאכט וועט ווי דערמאנט פארקומען די צענטראלע יארצייט טיש פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, מאנטאג בעצם יומא דהילולא קדישא וועלן אלע חסידים דאווענען שחרית אינאיינעם מיטן רבי'ן און ברוב עם הדרת מלך פוקד זיין דעם ציון הק' באהל אדמור"י ויזניץ להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


דינסטאג ג' סיון וועט געפראוועט ווערן די גרויסארטיגע מעמד קבלת פנים לכבודו פון הנגיד החסיד ר' חיים שטערן וועלכער קומט צו פארן קיין ארץ ישראל נאכן ערהאלטן ערלויבעניש צום ערשטן מאל זינט ער איז פאר'משפט געווארן אין ניו יארק ווי באקאנט. לכבוד דעם זעלטענעם און חשובן גאסט וועט דער ויזניצער רבי ארויספארן צום לופטפעלד מקבל זיין פני כבודו, און אויפדערנאכט וועט פארקומען א ריזן מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול.


מיטוואך ד' סיון וועט מען אינאיינעם ארויספארן קיין אתרא קדישא מירון, וואו עס וועט פארקומען די מעמד החאלאקע פונעם רבינ'ס ערשטע אור אייניקל, הילד משה אהרן נ"י בן הרב שלום שמחה האגער, זון פון הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א בנו יחידו פונעם רבי'ן. אין דעם געהויבענעם טאג וועט מען האבן די זכיה מתפלל צו זיין ביים ציון הרשב"י אין שפיץ פונעם רבי'ן, און נאך מעריב וועט דער רבי צוגיין צום עמוד צו ציילן די לעצטע ספירה בשלהבת אש קודש.


דאנערשטאג נאכט בליל התקדש חג השבועות, וועט מען האבן די זכיה מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב קבלת התורה בצל הקודש, פרייטאג יום טוב שבועות מיט גרויס דערהויבענקייט, נאכגעפאלגט מיט א געהויבענע שבת בצילא דמהימנותא.


מוצאי שבת קודש בעת רעוא דרעוין וועט פארקומען די טיש נעילת החג ברוב עם הדרך מלך, זונטאג ח' סיון וועט פארקומען די מעמד הכנסת ספר תורה נדבת הרה"ח ר' חיים לייב ראזענבערג הי"ו, און מאנטאג ט' סיון וועט פארקומען די גרויסארטיגע מעמד הכנסת הילד לתלמוד תורה, ווען דער רבי וועט פירן זיין עלטסטע אור אייניקל אין חדר אריין, און אנהייבן לערנען די אותיות התורה מיט נינו חביבו הבכור, מקיים צו זיין דעם לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך מעתה ועד עולם.


פילע חסידי ויזניץ פון איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך ארויפצופארן קיין ארץ הקודש לחוג את חג ה', און מיטלעבן די געהויבענע יום טוב'דיגע טעג בצל הקודש. מטעם די וועד הכנסת אורחים ווערט צוגעשטעלט אש"ל

מלא פאר אלע געסט אויף א ברייטע פארנעם.

Comments


bottom of page