יהדות ענגלאנד ענטפאנגט בהדרת כבוד דעלעגאציע גדולי ומאורי ישראל ביי צוויי-טאגיגע באזוך להצלת עולם התורה בארה"ק
- sfbechatzros
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 15 דקות
מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

אן עלעקטראנישער שטראם פון התרגשות נעמט אדורך יהדות ענגלאנד זיך גרייטנדיג צום היסטארישן מסע הגדולים, ווען מ'וועט ווידער אמאל זוכה זיין מקבל פנים צו זיין פני מרנן ורבנן גדולי הדור פון ארה"ק וואס נעמען פריש אונטער א נסיעה קיין לאנדאן הבירה צו שאפן אסטראנאמישע געלטער צו ראטעווען דעם עולם התורה בארה"ק.
כמעשהו בראשונה, ווען די גדולי הדור שליט"א האבן מאציל געווען מהודם און מזכה געווען דאס יהדות אייראפע מיט א יאהר צוריק, וואו ס'איז געשאפן געווארן פרעצעדענטלאזע מיליאנען פאר'ן "קרן עולם התורה", וועלן די גדולי ומאורי הדור ווידער מטריח זיין בטירחא דגברא רבה און ארויספארן קיין ענלאנד אויף א קורצע אבער געהויבענער צוויי טאגיגן באזוך, וואס אנטשפרעכט צו זיין א יומא אריכתא פון לעכטיגע טעג פאר יהדות לאנדאן.
די גדולי ישראל וועלן זיך ארויסלאזן אין וועג דעם קומענדיגן מאנטאג נצבים אין די פארנומענע ימי הרחמים והרצון, מיט א ציל צו שאפן שווערע מיליאנען, צו קענען דעקן דעם יערליכן בודזשעט פון דעם קרן הצלת עולם התורה.
אין שפיץ פונעם משלחת כבוד וועלן ארויספארן מרנן ראשי הישיבות הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א, המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א חבר מועצת חכמי התורה, און המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א.
דורכאויס די צוויי טעג, מאנטאג און דינסטאג וועלן אפגעהאלטן ווערן א רונדע מלכות'דיגע באנקעטן בבתי הנגידים, וואו עס וועט ווערן אויפגעטריבן די סכומים אדירים דורך די נדיבים בעם און בארימטע פילאנטראפן, קאנצענטרירט בעיקר אין די היימישע גאלדערס גרין געגענט.
מאנטאג נאכמיטאג וועט אפגעהאלטן ווערן א גרויסארטיגע מעמד אין די גיגאנטישע מערידיאן זאל אויסער די היימישע געגענט, וואו טויזנטער ילדי חמד תינוקות של בית רבן פון שטאט וועלן מקבל זיין פני כבודם פון די גדולי ומאורי הדור וועלכע וועלן משמיע זיין מדברותם פאר די צעירי הצאן און דערביי איבערלאזן ווארימע ברכות לשנה טובה ומבורכת.

