זְרִיזִין מַקְדִּימִין • האד' מלעלוב ביים ווייץ שניט פאר די מצות לקראת פסח תשפ"ו
- Bechatzros admin
- 28 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 29 במאי
מיטוואך פ' במדבר • א' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם זונטאג העעל"ט איז כ"ק האדמו"ר מלעלוב שליט"א ארויסגעפארן קיין 'מושב מבוא חורון' צום יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פאר די מצות פונעם קומענדיגן חג הפסח תשפ"ו הבעל"ט, און זיך אומקוקן אויפ'ן פראצעדור פונעם קצירת חיטים דורך די טיב המצות בעקעריי אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' אהרן יוסף קורניצער הי"ו.
די רבי שליט"א האט בטירחא דגופא עוסק געוועהן במצוה, און איז דערנאך ארויף אויפן קאמביין מאשין און דערמיט געשניטן די ווייץ פאר די מצות. ביים ענדיגן האט מען געזיגלט די זעק, און מען האט געשטעלט א שליח צו אכטונג געבן אויף די ווייץ צו מקיים זיין די 'מצוות שמירה'.






































Comments