קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- sfbechatzros
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
הגה"צ רבי יעקב בער טייטבוים אבד"ק סיגוט ביים ליינען די כתובה ביים חופה היינט פון אן אייניקל ביי הנגיד ר' משה שמואל זופניק אין וויליאמסבורג, אין הינטערגרונד ווערט געזעהן הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.
האדמו"ר מוויזניץ ירושלים מערקט "קרישקעס" אין די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן ביים ארויסהעלפן און שתדלן למען חולי ישראל.

נאך א שיין בילד פון חסד אין שפיטאל: האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא ביים משמש זיין א חולה מיט זיין אייגנארטיגע פשטות.

האדמו"ר מבעלזא ביי קבלת קהל די וואך לקראת די הייליגע טעג נאך א הפסקה אין די סדרי זמני כניסה צוליב די אפעראציע וואס דער רב שליט"א איז אריבער פאריגע וואך.

האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט''א איז מסדר קידושין ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך.
דער בדחן ר' ליפא שמעלצער ביים אויפרופן האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג צו מצוה טאנץ ביי די חתונה בבית הנגיד ר' יעקב יוסף גראס הי"ו מגדולי תומכי מוסדות צאנז קלויזנבורג.

האדמו"ר מפאפא פארברענגט ליבליך מיט חתנו חביבו הגה"צ אב"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג שליט"א ביי איינע פון די שבע ברכות די וואך.

הרה"צ הישיש ר' לייבל סטעמפל שליט"א נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע באזוכט ביי האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן נאכדעם וואס דער רבי האט זיך אהיימגעקערט פון א לענגערע באזוך אין ניו יארק לצרכי רפואה.

די וואך ביים שמחת הפדיון הבן פון אן אייניקל פונעם עסקן נמרץ הנגיד הר"ר הערשי מארגארעטען הי"ו, האט 'קרישקעס' באמערקט דער קאנגרעסמאן און באקאנטער אידן פריינד מייק לאולער, אינאיינעם מיט העסקנים החשובים די ברודער למשפחת מארגארעטען.

האדמו"ר מסקווירא מאנסי איז מנחם אבל ביי הר"ר אליעזר פרידעמאן הי"ו פון די בארימטער "אלי פריעדמאן פראדאקשענס" נאך די טראגישע פטירה פון בנו הב' יוסף יהושע פריעדמאן ע"ה.

הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר שרייבט א קוויטל ביי הרה"ח ר' אברהם דייטש הי"ו משב"ק האדמו"ר מצאנז איידערן אריינגיין צום רבי'ן בעת די זמני כניסה אין שטאט ביתר.

אינטערסאנטע ערשיינונג ביים חתונה די וואך בחצר הקודש סלונים: צוליב די געדרענג ביים חתונה אין ביהמ"ד הגדול איז די כלה פארבליבן אין עזרת נשים אנשטאט אראפצוגיין אין ביהמ"ד צו מצוה טאנץ, אין ליכט פון דעם נייעם איינפיר איז ספעציעל אהערגעשטעלט געווארן א לאנגן גארטל, פונעם עזרת נשים אויפן שטאק פונעם ביהמ"ד אראפ ביז צום היכל וואו דער זיידע האדמו"ר מסלונים איז געטאנצן מצווה טאנץ אין א געהויבענעם שטימונג.


האדמו"ר מזוטשקא ביים מיטהאלטן די הארצרייסנדע לוויה פון הקדוש ר' ישראל מענצער הי"ו וועלכע איז געוועהן צווישן די קרבנות ביים שוידערליכן טעראר אטאקע דעם מאנטאג אין ירושלים.

בית מדרשו של רבי: הרה"ח ר' נפתלי זינגער הי"ו פון אנטווערפען מוותיקי חסידי סטיטשין מערקט "קרישקעס" אויפן שטח וואו עס איז ביז נישט לאנג צוריק געשטאנען דער נאסטאלגישער ביהמ"ד פון הרה"ק רבי יודא מסטיטשין זי"ע, זייענדיג מתפלל א תפילה קצרה אויף דעם אדמת קודש.

תלמידי ישיבת תולדות אהרן אין ירושלים באזוכן ביי האדמו"ר מתולדות משה זיך אנצושעפן מיט דברי חיזוק לקראת די ימי הרחמים והרצון.
האדמור"ים מוויען, ליסקא און חוסט זענען מנחם אבל ביי הגה"צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ אבד"ק אגודת ישראל בארא פארק נאך די פטירה פון די רעבעצען ע''ה.
יד החסידים על העליונה: הרה"ג ר' ירוחם פוברסקי שליט"א א זוהן פון הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז, מערקט "קרישקעס" ביים ספינקא חתונה די וואך אין בני ברק, אנגעטוהן מיט א שטריימל אויפן קאפ, לכבוד שמחת חתן.

דער באקאנטער פיגור פון מאה שערים ר' יואליש קרויס הי"ו ביים ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר משומרי אמונים ירושלים ביים חתונה הגדולה בחצרות שומרי אמונים.

הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד באשיינט ביים שבע ברכות בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אין די אוקענוויין געגענט אין לעיקוואד.
האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג וואונטשט דער בדחן און כלל טוהער ר' יונתן שווארץ הי"ו ביי א שמחה די וואך.

הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י סאטמאר אין א באגעגעניש מיט הרה"ח ר' הערצקא שטיין משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ביי א שמחה די וואך אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מסקולען שרייבט א קוויטל איידערן אריינגיין אויף א באזוך צו האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע, להיפקד בדבר ישועה ורחמים,

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא אין א שמועס מיט ש"ב הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממחנובקא בעלזא ביי די חתונה די וואך בחצרות בוהוש - מאקאווא.

ביים רייכן שבע ברכות בחצה"ק סקווירא פאר די נגידים ותומכים פונעם צדקה קאסע "שקל הקודש" שע"י בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איז אפגעהאלטן געווארן א העכסט אינטערסאנטע פאנעל מיט די משמשים בקודש פון האדמו"ר מסקווירא וועלכע האבן מיטגעטיילט סודות פון חדר מהנעשה בקודש פנימה.

הרב יחזקאל ראטטער מראשי ק"ק סאטמאר בני ברק ביים אפגעבן ברכת מזל טוב ביי די חתונה די וואך פון חתן כלה אייניקלעך ביי האדמו"ר מבוהוש.

לעצטע צוגרייטונגען אינעם ביהמ"ד החדש דחסידי פשעווארסק אין אנטווערפען וואס איז געבויעט געווארן אין א בליץ שנעלקייט פון בלויז 58 טעג פון ווען מען האט אנגעהויבן איינווארפן דעם אלטן ביהמ"ד.
הרב גבריאל שישא משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן ביים שרייבן קוויטלעך פאר די חסידים לקראת די הייליגע טעג, בעת די קבלת קהל ביי האדמו"ר מתולדות אהרן אין שטאט בית שמש.

הבלדה בצל הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם אין די פריע פארטאגס שעהן פון מוצאי שב"ק.
הרב שמואל גרינבערג מעיאר פון שטאט בית שמש באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז בעת זיין באזוך אין שטאט, מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן צום נייעם יאהר.

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביים נעמען די דריטע בחינה אינעם צווייטן מחזור ש"ס בחבורת תורתך שעשועי, אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף 53 אין בארא פארק.

ערהאבן בילד פון האדמו"ר מסאטמאר, פארטראכט אין לערנען בשעתן איבערגעבן איינע פון די טיפזיניגע סוגיא שיעורים בהיכל המתיבתא אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה.

האדמו"ר מביטשקוב האט "קרישקעס" די וואך באמערקט אין ביהמ"ד ניימארק אין טאמס ריווער וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די וואך לטובת מוסדותיו.
נייער טאוול ביים ביהמ"ד דקהל פני מנחם אין ירושלים, לזכותו פון הרבני הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו פון מאנסי וועלכע האט אפגעקויפט דער זכות פונעם היכל השולחנות לעילוי נשמת פון זיינע חשובע עלטערן ע"ה.

הרה"ח ר' אליעזר פריעדמאן הי"ו משב"ק כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל ומוציא לאור ספרי בית סאסוב - אלעסק ווערט געזעהן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאסוב בעת די זמני כניסה לרגל די ימי הרחמים והרצון אין שטאט ביתר.

דער מייסטער אראנזשירער ר' יעקב חיים מילער הי"ו ווערט געזעהן ביים הכנסת ספר תורה צום לעלובער ביהמ"ד אין אלעד לע"נ זיין נאנטן קרוב הקדוש ר' אלתר שלמה לעדרמאן הי"ד.

ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א ביים איבערגעבן קורצע דברי חיזוק פאר א גרופע ליטווישע בחורים פון אטלאנטא וועלכע זענען געקומען זיך אנשעפן מיט חיזוק צום פרישן אלול זמן.
ר' משה גאלדשטיין הי"ו פאטאגראפירער בחצר הקודש צאנהז ובנו היניק ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מצאנז צום נייעם יאהר.

די שלוחי חב"ד אין אטלאנטא בקודש פנימה ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואס איז געוועהן צוגאסט אויף שבת אין שטאט לכבוד די יערליכע "שבת חברותא" מיט די תומכי המוסדות.

אן אויסצוג פונעם מוצאי שבת שיעור דורכן ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט''א וואו ער דערמאנט די חברותא'שאפט פון זיין פאטער הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל און המקובל הגאון רבי שלום שרעבי זצ"ל מיט להבחל"ח האדמו''ר מבעלזא וועלכע האבן אינאיינעם געהאט א וועכענטליכן שיעור יעדן ליל שישי בתורת הנסתר.
המשפיע הרה"צ רבי ברוך פינחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע בן האדמו"ר מסקאליע ביי הבדלה נאכן פראווענען א געהויבענעם שבת האחדות אין מושב אור הגנוז אינאיינעם מיט א קבוצה בחורים וועלכע זענען נהנה מאורו.

המשפיע הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל ווערט געזעהן ביים שולחן לחיים וואס האדמו"ר מסאדיגורה ירושלים האט אפגעראכטן אין שטוב פון מחותנו הגה"צ רבי צבי אלימלך רוקח אבד"ק בערטש אין פלעטבוש לכבוד די הילולא פון האחים הק' רבי שלום יוסף און רבי אבהם יעקב האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זי"ע.

דער מכתב תנחומין וואס האדמו''ר ממונקאטש 'א האט אפגעשיקט צו האדמו''ר מקרעטשניף י-ם על פטירת אחיו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.

הרב אהרן בוימל המכונה בלשון חיבה "בארדיטשובער רבי" איז מקבל מרות פון האדמו"ר מקרעטשניף קרית עטה וועלכער איז געוועהן צוגאסט אויף דעם שב"ק פ' כי תצא אין צפת.
שפיטיווקא רבי נוצט אויס די געלעגנהייט ביי א חתונה די וואך אין קרית יואל מוחה צו זיין בשער בת רבים קעגן די מדינה הטמאה און אירע גזירות קעגן ערליכע אידן.
די הכנות צום רייכן "שבת חברותא" אין אטלאנטא פאר נגידי ותומכי מוסדות פני מנחם בצילו פונעם ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א.
צווישן די מקשיבי השיעור פון הגאון רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א אין בני ברק מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מבוטאשאן פון בארא פארק וועלכע איז געוועהן צוגאסט אין ארץ ישראל און אריינגעכאפט א שיעור ביים גאון מפורסם.

ברודערליכע מחול לצדיקים צווישן האחים האדמור"ים מגאלאנטא און בורשטין ביים שמחת החתונה די וואך פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מגאלאנטא.

פארלאפענעם וואך בשעת די שמחת שבע ברכות בחצה"ק סקווירא פאר די נדיבים און תומכים פונעם רבינס צדקה קאסע "שקל הקודש" איז אנגעקומען די בשורה איבער די געבורט פון א איר אייניקל ביים רבי'ן, אן אייניקל ביי בנו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, וואו די גאנצע ציבור האט אינאיינעם געוואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן, וועלכע האט צוריק געוואונטשן אלע פארזאמלטע.
האדמו"ר מקאפיטשניץ מערקט "קרישקעס" אויף א באנק כאחד האדם ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון וואו דער רבי האט מתפלל געוועהן צום נייעם יאהר הבעל"ט.

האדמו"ר מצאנז ערהאלט ספרו החדש פון ידידו ורעו הגאון ר' יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק וואס דער גאון האט געשיקט צום רבי'ן מיט אן אייגנארטיגע הקדשה בכתב ידו.


שיינעם מחול לצדיקים ביים גרויסן ספינקא חתונה פאריגע וואך אין מאנסי צווישן האדמור"ים מתולדות צבי דספינקא און וויזניץ מאנסי.
הרה''צ ר' ברוך הגר שליט''א בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ איז מנחם אבל אין בארא פארק ביי הרה''ח מנחם שמואל קלאר הי''ו משב''ק כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל.

מסיבת לחיים ומעמד הודאה אינערהאלב מוסדות סאטמאר בארא פארק נאכן געווינס קעגן די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט - די גוזרי גזירת החינוך אין ניו יארק.


הרב ישראל מיללער הי"ו משב"ק האדמו"ר ממחנובקא בעלזא ביים שרייבן קוויטלעך פאר די חסידים אין בית שמש בעת די קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון.

האדמו"ר מסאדיגורא אין א ריקוד נלהב מיט הרבני הנגיד ר' יצחק שפירא הי"ו ביי די שבע ברכות וואס ער האט אפגעראכטן לכבוד די חתונה פון נכדו החתן.
היכי דמי שמחת חתן: המשפיע הרה"צ ר' משה יעקב הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא ביי די ריקודין לכבוד שמחת חתן ביי די חתונה פאריגע וואך פון בתו הכלה.
האדמו"ר מקאסאן איז קובע א מזוזה ביים נייעם ביהמ"ד אלעסק סטאניסלאוו אין לינדען בנשיאות הרה"צ רבי נתן דוד אשכנזי האדמו"ר מאלעסק סטאניסלאוו לינדען.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א פייערדיגע ריקוד ביי שלש סעודות די וואך בבית הרה"ח ר' בערל פריעד הי"ו אין צפת.
האדמו"ר מביטשקוב ביי הבדלה דעם מוצאי שבת בבית האכסניא אין בארא פארק.
האדמו"ר מסקווירא אין א באגעגעניש מיט האדמו"ר מבאבוב 45 נאכן מנחם אבל זיין ביי האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע אין מאנסי, וואו די רבי'ס האבן זיך געוואונטן בברכת השנה צום נייעם יאהר.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א איינצולאדענען צו די בר מצוה פון בנו הב' משה יהושע ני"ו.

החותך חיים לכל חי: לכבוד יום טוב ראש השנה איז פארטיילט געווארן נייע מעסערס פאר נגידי ותומכי מוסדות זוועהיל בארה"ק, איינגעקריצט א פערזענליכע הקדשה בכתב ידו פון האדמו"ר מזוועהיל.

משמחו בדברים: המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב טרעט אויף ביים מעמד המצוה טאנץ ביי די חתונה בבית איש אמונו הרה"ח ר' יוסף דייטש הי"ו אין בני ברק.
מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג רבי אברהם וואלף שנעעבאלג שליט"א, לשרת בקודש אלס דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהל יטב לב', פארגעקומען פארגאנגענעם וואך בבית הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי מחותנו הגה"צ רבי מרדכי ברים שליט"א אין ירושלים לברך ולהתברך בברכת השנים.

הרב חיים שלמה פישער משב"ק האדמו"ר מסאטמאר שעפט נחת דקדושה ביים חומש סעודהה פאריגע וואך אין קרית יואל זייענדיג א זיידע פון איינע פון די חתני המקרא.

הרב מנחם לאנדא נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא ביים ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר מצאנז בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין אלעד אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די הייליגע טעג.

הגה"צ רבי איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג באזוכט ביי האדמו"ר מביטשקוב בבית האכסניא אין בארא פארק.

האדמו"ר ממחנובקא בעלזא ביים אנטוהן טלית ותפילין ביים כותל המערבי, וויילנדיג די טעג אין ירושלים אויף אפרוה.

האדמו"ר מצאנז זמיגראד פון אנטווערפען באזוכט די וואך אין תלמוד תורה "פרדס" אין די גאלערס גרין געגענט אין לאנדאן וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער די וואך אויף א קורצע באזוך.

העסקן הרב אפרים שטערן שליט"א ביים אפגעבן מזל טוב פאר האדמו"ר מביאלא בית שמש ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן אין ירושלים.

מסיבת לחיים במעון הקודש פון האדמו"ר מלעלוב אין בארא פארק לכבוד די שידוך שליסן בבית הרה"ג ר' שלמהה זלמן פריעדמאן אבד"ק סאנטוב לעיקוואד.
