תשעה באב בצל האד' מבאבוב-45 אין מחנה מתיבתא באבוב-45 אין פארקסוויל
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 20 שעות
דינסטאג פ' ואתחנן • י''א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

דורכאויס די פארלאפענעם וואך האבן די בחורים תלמידי הישיבות הק' דחסידי באבוב-45 געהאט די זכי' מיטצוהאלטן געהויבענע טעג בצל מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אין מחנה מתיבתא אין פארקסוויל.
ערב שבת דברים חזון איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, הילד יצחק טובי' זוהן פון נכדו הרב שלמה יעקב אונגער זון פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי חיים בן ציון אונגער שליט"א, אלס כהן הפודה האט געדינט הרה"ג ר' שלום קאהן ר"מ בישיבה קטנה באבוב 45 אין לאנדאן, א זון פון הרה"ג ר' ישראל יעקב קאהן ז"ל וואס האט געהאט די חזקה לאנגע יאהרן צו דינען אלס כהן הפודה ביי די שמחות אין די משפחת המלוכה.
די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און מכבד געווען דער כהן הפודה מיטן בענטשן. נאך ברכת המזון זענען דורך ביים רבי'ן די אלע בחורים וואס האבן מיטגעהאלטן די פארטאגס סדר ערב שבת דורכאויס די לעצטע וואכן און האבן ערהאלטן קנאבל און צוקער פונעם פדיון הבן.
שבת חזון האבן די בחורים מיטגעהאלטן אלע תפילות און טישן במחיצת הקודש, בעת רעווא דרעווין פארן שקיעה איז די רבי אריינגעקומען צום זמירות שלש סעודות, ערשט האט דער רבי געטרינקען שווארצע קאווע כנהוג, און דערנאך פארגעזונגען די זמירות און געהייסן זינגען די ניגוני ציפייה לגאולה וואס זענען פארפאסט געווארן דורך צדיקי בית באבוב, און די רבי האט משמיע געוועהן פייערדיגע דברות קודש מענייני דיומא.
ליל תשעה באב נאך איכה איז דער רבי פארבליבן אין ביהמ"ד און מיטגעהאלטן די שיעור אין מדרש איכה פארגעלערנט דורך גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, ביום תשעה באב האט די רבי פארגעזאגט די קינות און מיט גרויס התעוררות און באזונדער פארגעזאגט די קינה אויף חורבן אייראפע וואס איז נתחבר געווארן דורך זקינו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע.
מוצאי תשעה באב האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור אינאיינעם מיט די אריבער 150 תלמידי המתיבתא וועלכע האבן מסיים געווען מסכתות, א קיימא לן פון איבער דריי מאל ש"ס, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און בתוך דבריו ארויסגעברענגט זיין גרויס קורת רוח און התפעלות און מאריך געווען מיט דברי חיזוק בשבחם פון די חשובע בחורי חמד.




























