שטאט אשדוד מיטגעלעבט שיינע חתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א
- בחצרות הקודש

- 11 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' יתרו • י"ג שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר, JDN
חסידי אמשינוב האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן נאך א שמחה אינעם רבינס הויף, די חתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, א טאכטער ביי זיין איידעם הרה"ג ר' נפתלי ראזנגארטן שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אין שטאט אשדוד במקהלות עם רב, אנגעהויבן ארום ניין אזייגער ווען דער רבי איז ערשינען צום קבלת פנים, און דערנאך די התעוררות'דיגע מעמד החופה. תיכף נאכן חופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה און די ריקודין, און נאכן בענטשן איז דער רבי שליט"א געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה, עס איז געוועהן נאך חצות הלילה ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.
מחיל אל חיל איז געפראוועט געווארן די שבת של שמחה - שבת שבע ברכות אין שטאט ביתר, וואו מען האו געהאט די זכיה אז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א האט געפראוועט דעם שבת אין שטאט ביתר, נאך א צייט אפשניט פון צוויי יאהר וואס דער רבי האט נישט געפראוועט א שבת אין שטאט. שבת נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין אמשינובער ביהמ"ד צום טיש אנגעהויבן פון שלום עליכם, דעם שולחן הטהור האט זיך פארצויגן ביז נאכן זמן צאת השבת בזמירות שירות ותשבות, ווען אינצווישן איז געוועהן א געלעגנהייט פאר די חסידים און תושבי העיר דורכצוגיין לברך ולהתברך.




















תגובות