top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשאג פ' שמות • כ"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

האד' מגור אין א טאנץ ביים לעצטן שבע ברכות די וואך, די רבי שליט''א טאנצט אנגעכאפט אין די משמשים בקודש זייענדיג פארקילט.


די תלמידים פון די ליבאוויטשער ישיבה אין סקאטסדעיל אריזאנע ביים דורכגיין מוצאי שבת ביי האד' מבאבוב 45 וואו די רבי האט זיך באדאנקט פאר די בחורים פארן משלים זיין מנין בעת די רבי האט דארט געוויילט אויף אפרוה.


האד' מקארלין סטאלין אינעם קענעדי לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל, אין א שמועס מיט העסקן ר' ברוך הימל יושב ראש אגודת רפואה וחיים אין ארץ ישראל.


הרה"ח ר' חיים שלמה פישער משב"ק האד' מסאטמאר איז עוסק בתורה ביים יום "קשר תורה" די וואך מאנטאג אין די "ארמון האטעל" אין קאנעריקוט.


אנו עמלים והם עמלים... אויך ביים יום המוסדות אין ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג האבן זיך די עסקנים מפסיק געוועהן פון די עבודת הקודש אין זיך געזעצט לערנען, ווערט געזעהן: העסקנים ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש, ר' יחזקאל פעלדמאן, ר' יוחי פליישמאן, ר' יצחק ברוך שפיטצער אין ר' אייזיק דאסקאל.


הרה''צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האד' ממכנובקא בעלזא ביי תפילת שחרית די וואך אין רבי ישעילע'ס הויז אין קערעסטיר.


ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א ביים ארומנעמען א בחור מיט ספעציעלע געברויכן ביי די בר מצווה די וואך פון אן אייניקל.


די גרויסע לוי' נעכטן פונעם משגיח הגה"צ רבי מתיתיהו סאלאמאן זצ"ל האט געפירט צו א טיילווייזע ביטול מלאכה אין פילע געשעפטן לענגאויס לעיקוואוד האבן אפגעשפּארט אין לויף פון די שעות פון די לוי'.


הגה''צ אב''ד קרית וויז'ניץ ביי קידוש לבנה אין בארא פארק איידער די רב האט זיך ארויסגעלאזט קיין ארצינו הקדושה.


הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון המקובל הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביי א ברית די וואך.


נאסטאלגיע  הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער בשנים קדמוניות מיטן חברותא האד' מפינסק קארלין, ווערט אויך געזעהן הרב יואל צבי ראטענבערג פון די נאנטע מקורבים ביי הרה''צ רבי יעקב מאיר.


האדמור"ים מבאבוב אין לעלוב ביים חופה די וואך פון החתן א זוהן פון הנגיד ר' חיים סימקאוויטש אין בארא פארק.


חסידי בעלזא גרייטן זיך אפצוצייכענען 80 יאר פונעם נס הצלה אין תקומת בית בעלזא אין טאג פון ט' שבט.


ביים כותל המערבי איז די וואך פארגעקומען א מעמד תפילה ווי הונדערטער אידן האבן איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה פון הגאון רבי יהודה בן חיה אסתר עדס שליט"א ראש ישיבת קול יעקב וואס געפינט זיך אין א שווערע צושטאנד.


הרב זעליג קארניצער משב"ק האד' מוויז'ניץ אין א שמועס מיט האד' מביאלא ביים שמחת הווארט פון אן אייניקל ביים רבי'ן די וואך.


הגאון ר' יוסף צבי ברייער ראש ישיבת בעלזא בית חלקיה ביים זינגען א נייע ניגון וואס ער האט פארפאסט מיט די בחורי הישיבה.


א דעלעגאציע פון אורגן 'אור עולם' מיסודו פון האד' מקאלוב בקודש פנימה ביי האד' רבי יאשיהו פינטו אין מאנהעטן וואו די מקובל האט אנגעוואונטשן די עסקנים והעומדים בראשם די אייניקלעך פון קאלובער רבי'ן - בני האד' מוויז'ניץ לאנדאן צו פארברייטערן די הייליגע פעולות אין מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים.


המקובל הגה''צ רבי שמעון גלאי ביים משמח זיין חתן וכלה ביי א חתונה די וואך אין לאס אנדזשעלעס.


והודעתם לבניך ולבני בניך • הרב שלמה זלמן שטיין משב''ק אדמור''י בית סאטמאר איז עוסק בתורה מיט זיינע קינדער ביים יום ''קשר תורה'' די וואך אין קאנעריקוט.


האדמו"ר מלויצק אויף א באזוך אינעם היימישן תלמוד תורה אין שטאט דעטרויט.


האדמו"ר מטרעבישאן ביים קבלת פנים פון א תלמיד אין די ישיבה, ביים לייגן אש אויפן חתן כנהוג.


הני תרי בדחנא • דער משמח אלוקים ואנשים ר' יעקב יוסף לאנגזאם אין ר' וועלוול פעלדמאן האט קרישקעס די וואך באמערקט ביים משמח זיין א איד אין שפיטאל.


זייענדיג אין ארץ ישראל איז די וויזניצער רב אריינגעפארן קיין הר יונה אויף א באזוך ביי מחתונו האד' מתולדות אברהם יצחק.


הנגיד ר' אהרן גאטליעב ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה נאכן מעמד סיום התניא די וואך בבית מדרשו פונעם מקובל.


די רעזולטאַטן פונעם גורל אויפ'ן סאטמאר רבינ'ס כתב דביקות - די היסטארישע "כתב יד "אנכי ה' אלקיך" וואס איז אויסגערעפעלט געווארן ביים יום המוסדות אין וויליאמסבורג.


ביים שמחת השבע ברכת פום החתן א זוהן פון הרה''ג ר' דוד שאפער ראש ישיבת אורייתא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא מגדולי תומכי הישיבה.


מערקווירדיגע סצענע אין א ביהמ"ד אין אנטוורפן • א לומד האט מיטגעברענגט זיין פיצלס און געלייגט דעם נאטיץ אויף דעם וועגעלע; בנקרה שיבכה נא להודיעני. הנני בהיכל התורה. א יישר כח...


אינטערסאנטער געשיכטע ביים ציון הק' פון הרה"ק מווילעדניק זיע"א.

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:


א ברכת מזל טוב פארן עסקן ר' שמעון גאטמאן מנכ"ל מוסדות צאנז אין ירושלים, לרגל שמחת הולדת הבת בשעה טובה, די קידושא רבא קומט פאר דעם שבת אין בית המדרש הגדול קרית צאנז ירושלים.


א ברכת מזל טוב פאר החתן ישראל מרדכי גוטליב ני''ו הויז בחור ביי האדמו"ר מראחמיסטריווקא לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר החתן אליעזר זאב כ”ץ הויז בחור ביי האדמו"ר משאץ אשדוד לרגל שמחת נישואיו למזל טוב, ביים קבלת פנים ווערן געזעהן האדמור"ים משאץ אשדוד, אין שומרי אמונים אשדוד שליט"א.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' הערשיל הכהן כ"ץ משב"ק מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א לרגל די געבורט פון א איר אייניקל למזל טוב, אינעם בילד: הגה"צ אבד"ק קרית וויז'ניץ ביים שמחת הוואך נאכט.



Opmerkingen


bottom of page