שיינער מסיבת תנאים לרגל שידוך שליסן בחצרות לעלוב - באבוב 45
- Bechatzros admin
- לפני 20 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' יתרו כ' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.,JDN
אין דער שטאט בארא פארק איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, די כלה א טאכטער ביי זיין איידעם הרה"ג ר' אליעזר וויליגער שליט"א ראש הכולל לעלוב בן הגה"צ רבי לייבל וויליגער ר"מ בישיבת תורה ודעת, מיט די חתן א אייניקל פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' חיים שלמה רוטנער שליט"א בן הגה"צ אב"ד שאמקוט שליט"א, די מסיבת תנאים איז פארגעקומען ברוב עם הדרת מלך אין זאל פון אנשי ספרד אין בארא פארק, מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ומעריצים, ובראשם די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א.
מ׳האט פארברענגט מיט פאסיגע ניגוני שירה וזמרה צו דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים, און אינצווישן האט דער רבי מעריך געווען א שולחן לחיים און אנגעוואונטשן דער חתן און מחותנים. דערנאך האט מען עטנפאנגען דעם געהויבענעם פעטער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועם דער זיידע כ״ק אדמו״ר מלעלוב שליט״א האט מכבד געווען צו ליינען די תנאים.
נאך׳ן לייענען די תנאים איז דער גאנצער עולם אדורך אנוואונטשן דעם חתן שליט״א און די מחותנים הגאוה״צ שליט״א און די געהויבענע זיידעס שליט״א בעידן חדוותא.























