top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מנהג ותיק מקדמת דנא "חתן מאהל" ווערט צוריק איינגעפירט ביי שמחת החתונה פון דאפעלטע אייניקלעך ביי האד' מבוהוש

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 19 שעות

מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בחצר הקודש בוהוש אז דער מנהג ותיק מקדמת דנא "חתן מאהל" צוריק איינגעפירט געווארן לכבוד שמחת החתונה פון דאפעלטע אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.


היינטיגן מאנטאג פרשת תצא קומט פאר די היסטארישע שמחה כפולה די שמחת החתונה בחצר הקודש בוהוש, וואס די חתן און כלה זענען אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, די חתן איז א זוהן פון בנו הגדול ביים רבי'ן שליט"א הרה"צ ר' משה יהודה פריעדמאן שליט"א, די כלה א טאכטער פון חדב"ן הרה"צ ר' משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א.


נעכטן זונטאג אויפדערנאכט האט דער רבי שליט"א מחדש געווען עטרה ליושנה, מיטן אפרעכטן די פארצייטישע מנהג וואס עס איז געווען איינגעפירט ביי די אדמור"י בית בוהוש מיטן אפרעכטן א 'סעודת חתן מאהל' און די מצוה טאנץ פון די חתן לפני הכלה די נאכט צו די חתונה, דער מנהג וועלכע איז יסודותו בהררי קודש אין פארשידענע חצרות הקודש, און איז אויך געווען איינגעפירט אין די בוהוש'ע הויף מקדמת דנא פארן קריג, און אזוי אויך נאכן קריג ביים שמחת החתונה פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.


נעכטן זונטאג אויפדערנאכט נאך מעריב און קידוש לבנה האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום "סעודת החתן מאהל" אין היכל בית המדרש, צום ערשטן מאל וואס דער רבי האט זיך געזעצט צו א געוואשענע סעודה, נאכדעם וואס ביי אלע שמחות ביז אהער איז דער "חתן מאהל" אנשטאנען פון א בלויזע מסיבת לחיים. אינמיטן דער חתן מאהל האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף ריקודי קודש, און דאן אריינגעפירט דער חתן אין די חדר המיוחד פונעם ביהמ"ד, אינאיינעם מיט די מחותנים און די זיידעס, און דער חתן האט אפגעראכטן די "מצוה טאנץ" לפני הכלה.


נאך די מצוה טאנץ איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן ומחותנים צוריק אריין אין היכל ביהמ"ד, ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען הארציגע דברות קודש, זאגענדיג די מקור וטעם המנהג פון א "חתן מאהל" און טאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, דער מנהג וואס איז יסודותו בהררי קודש מקדמת דנא, דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ביי אלע חתונות פון זיינע קינדער און אייניקלעך ביז אהער האט מען דאס נישט געקענט מקיים זיין צוליב דעם וואס עס דארף זיין "יתרצצו שני הצדדים" אז ביידע זייטן זאלן מסכים זיין דערצו, אבער יעצט ווען סיי דער חתן און סיי דער כלה זענען בוהושע אייניקלעך, קען מען דאס ערשטאמאליג ריכטיג מקיים זיין לויטן פארצייטישן מנהג על דרך אבותיו הקדושים.


היינט דינסטאג גרייט מען זיך צום דאפעלטן שמחה בחצר הקדוש, דער היסטארישער חתונה נכד כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די אודיטוריום אין רמת אלחנן אין שטאט בני ברק, זייענדיג א דאפלטער שמחה ביי אלע חסידים צוגלייך זעהנדיג ווי עס ווערט ווייטער נמשך די הייליגע שלשלת לתפארת בית אבותם.

bottom of page