top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • 9 במרץ
  • זמן קריאה 6 דקות
ree

דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם זונטאג בעת האד' מדושינסקיא האט זיך געפינען אין לופטפעלד אויפן וועג קיין לאנדאן צו די חתונה פון אן אייניקל איז א באקאנטע חרדי'שע קונצן מאכער צוגעקומען צום רבי'ן און ארומגערעדט איבער זיין ארבעט און פארגעשלאגן פארן רבי'ן אויסצופרובירן זיינע טאקטיקן אויך אויף אים און געבעטן אז די רבי זאל טראכטן פון א ספעציפישע פערזאן און ער וועט דארפן תופס זיין דעם רבינס מחשבות און צוטרעפן יענעם'ס נאמען.

די רבי איז איינגעגאנגען און די קונצלער האט זיך אנגערופן אז די נאמען וואס דער רבי האט אינזין איז זלמן, די רבי האט רעאגירט פאזיטיוו אז די פערזאן פון וועם ער האט געקלערט איז ווירקליך געווען זיין שווער, די סיגעיטער רב הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש זצ"ל.

די וואך ביי ם שמחת הבר מצוה לבן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו האט 'קרישקעס' באמערקט אב"ד סאטמער וויליאמסבורג בן האדמו"ר מסאטמאר ביים באגריסן ש"ב אב"ד סיגוט בארא פארק בן האדמ"ר מסאטמאר.

ree

האחים האדמור"ים מסקולען און ישועת יעקב סקולען אין א ברודערליגע שמועס שפאצירנדיג אויף די גאסן פון בארא פארק כאחד האדם אן קיין גבאים.

הצדיק רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה אין שפיטאל אריינגעטוהן ראשו ורבו בלימוד התורה זייענדיג זיך מסיח דעת פון די שווערע שמערצן און יסורים.

ree

האד' מצאנז קלויזנבורג ביים מעיין זיין אין די בכתבים מיוחדים פון אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזבורג זי"י מאוצרו פון מקורבו העסקן הר״ר ברוך מרדכי ווייסבערג ני״ו ביים באזוך די וואך אין זיין נייעם דירה אין קרית צאנז לעיקוואד

ree

האד' מסאטמאר ביים מקבל זיין מתנה פון הרבני הנגיד רבי יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, די נייע ספר כתבי יואל - מהדורת בערקאוויטש, וואס איז צוזאמגעשטעלט נאר פון כתבי ידות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און איז ערשינען צו די בר מצוה פון בנו.

ree

האד' מתולדות אברהם יצחק ביים פאררייכערן א ציגארעטל ביי א חתונה די וואך פון אן אייניקל, לכבוד ראש חודש אדר.

ree

נאסטאלגיע: פריש בילד פון הרה"ק רבי מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע ערשיינט לכבוד די יארצייט, מערקט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.

ree

האד' מפשעווארסק ביים דערציילן סיפורי קודש פון די צדיקים הקודמים בעלי ההילולא ביים מלוה מלכה פאריגע וואך.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים אנקומען צום מעמד החופה נעכטן בחצר הקודש תולדות אהרן ביים רחבת ביהמ"ד הגדול אין ירושלים.

ree

האד' ממחנובקא בעלזא ביים אנגרייטן די היסטארישע ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק' זיע"ע וואס דער רבי האט געשיקט צום הכנסת ספר תורה קיין סקווירא, מיט א ספעציעלן קאסטן וואס איז געבויעט געווארן פאר די רייזע.

ree

א טעימה פונעם פייערדיגן מצוה טאנץ פון האד' מפיטסבורג ביים חתונה די וואך פון בנו החתן.

האד' מסטאטמאר ביים באזוכן די מצה בעקעריי דק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג אין באגלייטונג פון בנו בכורו הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים.

ree

הגאון רבי אהרן פעלדמאן ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר טרעט ארויס קעגן די בעפארשטייענדע וואהלן פארן טריפה'נעם "ציוניסטישן קאנגרעס".

האד' ממודזיץ ביי תפילת שחרית די וואך אין די נאסטאלגישע מודזיצער ביהמ"ד אין פלעטבוש

ree

די וואך איז א בחור אין עלטער פון 29 יאר מיט גרויס פרייד א חתן געווארן למזל טוב נאך א לעלובער מופת. דער חתן הבה"ח חיים וויזל לערנט אין ישיבת אורייתא אין ירושלים, זיינס א ברודער וואס איז א לעלובער חסיד האט אים מיטגענומען פארלאפענע ז׳ שבט קיין פוילן צום גרויסן נסיעה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א צום יארצייט פון הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע. ביים טיש לכבוד די יארצייט איז ער געווען דער ערשטער בחור וואס איז ארויף אויפן טיש צו טאנצן וואס איז אנגענומען אלס א באקאנטע סגולה פאר א זיווג הגון, אצינד בלויז דריי וואכן שפעטער איז ער א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת.

הגאון רבי דב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע איז מבקר חולה ביי ידידו ורעו הגאון רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע נאכן אהיימקומען פון שפיטאל.

ree

הרה"ג רבי אברהם מרדכי אלתר בנו הגדול פונעם ראש הישיבה הגר"ש אלתר באזוכט ביים סלאבאדקע ראש הישיבה הגאון רבי משה הילל הירש לקראת די חתונה פון זיין ערשטן קינד די קומענדיגע וואך.

ree

האד' מדעלאטין ערשיינט צום שמחת החתונה פון בנו החתן די וואך אין מיאמי פלארידע.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא אויפן פליגער קיין ניו יארק ווי ער וועט זיין צוגאסט אויף שבת.

ree

הרה"ג ר' יואל יאקאבאוויטש ראש ישיבת קראלי ביים הייבן דעם ציבור ביים חתונה נעכטן פון בנו החתן מיט הכלה נכדת האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען

משנכנס אדר: יערליכע מסיבת פורים דורך די קינדערליך אין תלמוד תורה תולדות אהרן.

ree

אב ובנו: האדמו"ר מפיטסבורג אין א קעדאטשקע טאנץ מיט בנו החתן ביים חתונה די וואך

ree

האדמור"ים מגור און סאדיגורא ביים שמחת החתונה די וואך בבית הנגיד החסיד ר' הערשל פלוטשעניק הי"ו אין ירושלים

ree

הזמנת כבוד צום מסע הקודש 'שמחת המלכות'בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, צו די קברי אבות אין אייראפע לכבוד די חתונה פון א קינד, אינאיינעם מיט די נגידים תומכי מרכז מוסדות בעלזא.

המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב הייבט זיך מיט ריקודין עילאין ביי די חתונה נעכטן פון בנו החתן.

ree

האד' מוויזניץ לאנדאן איז מסדר קידושין ביי א חופה די וואך לבן אחד מחסידיו נאכן אהיימקומען פון שפיטאל.

ree

די וואך האט 'קרישקעס' באמערקט גאב"ד מעזיבוזש ארויסקומען פון בית מדרשו צו די פרישע לופט.

ree

די וואך אויף די גאסן פון קראקא אין פולין האט 'קרישקעס' באמערקט האד' משענדישוב ארומגענומען מיט חסידים, נאך תפילת שחרית אינעם ניסטאלישן רמ"א שול.

ree

א מודעה אינעם הכנסת אורחים אין שטאט לעלוב אין פולין צו מתפלל זיין פאר מרן האד' מוויזניץ שליט"א לרפו"ש.

ree

בביתו נאווה קודש פון האד' מקאסוב לעקוואד האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט די משמשים בקודש פון האד' מוויזניץ וועלע זענען ארויפגעקומען לטובת די קמחא דפסחא אין די קהילה.

ree

האד' מלעלוב איז מתפלל על קברו פון אמו הרבנית ע"ה לרגל די יארצייט וואס האט אויסגעפאלן דעם זונטאג.

ree

ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ביים זיך אומקערן אהיים נאכן וויילן איבער שבת אין שפיטאל לצרכי רפואה.

ree

האד' מסאדיגורא לאנדאן ביים טאנצן מצוה טאנץ ביי די חתונה פון החתן זוהן פונעם משב"ק הרה"ח ר' יוסף שלמה ראטה הי"ו אין אנטווערפען

וויזניצער חסידים אויפן וועג קיין ארץ ישראל צום חתונה הגדולה די וואך מיט די ריכטיגע גדרים צו היטן די אויגן אויפן פליגער.

ree

א שיינע "גבאים טאנץ" פון די משמשים בקודש פון האד' מסאטמאר, ביי די חתונה פון החתן משה קלמן פריעדמאן ני"ו מנאמני ביתו פונעם רבי'ן

ree

ולא יכרת כל בש"ר: דער סאטאמר פלייש געשעפט מיט א דראמאטישער מעלדונג אין ליכט פון די פרישע טאריפס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף קאנאדא, וועלכעס קען שטארק אינפעקטירן די פלייש פרייזן, פון וואו א גרויס חלק פון די פלייש ווערט אימפארטירט

ree

ראשי ק"ק סאטמאר הנגיד ר' אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו סגן ראש הקהל, הנגיד ר' יוסף יוזפא לאנדא הי"ו, און הרבני הנגיד ר' יואל שטערן הי"ו מראשי עיר בלומינגראוו, אין א שמועס ביי א מסיבה פאר די קופת הצדקה פון שכונת בלומינגראוו צוזאמען מיט א חנוכת הבית אין הויז פון ר' יצחק עקשטיין הי"ו מהנהלת שכונת בלומינגראוו

ree

האד' מסקאליע טרעט אויף ביים עצרת הספד אין ביהמ"ד בית משה אהרן פשעווארסק לזכרו פון מחותנו כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל

ree

הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א ליינט די תנאים ביי אן אייניקל פון הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק, בת חתנו הרה"ח ר' יעקב עקיבא הירש הי"ו

ree

כי שפתי כהן ישמר"ו – א קבוצה אידן פון ניו יארק זענען זיך משתטח ביים ציון פון הייליגן ש"ך אין די שטאט העלישוי לרגל די יומא דהילולא וואס איז אויסגעפאלן שבת קודש.

ree

האד' מפיטסבורג אין א שמועס מיט מחותנו הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך אבד"ק אביר יעקב איידער די שבע ברכות די וואך אין ביהמ"ד אביר יעקב אין תל אביב.

ree

הרה״צ רבי אהרון מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון האדמו״ר מסקווירא באזוכט ביי הרה״צ רבי נחמיה אלתר בן האדמו״ר מגור במעונו אין אשדוד.

ree

די אכסניא פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא אין שטוב פון הנגיד ר' אליעזר איגל הי"ו אין בארא פארק הערליך באצירט כראוי וכיאות צום באזוך די וואך.

ree

צווישן די פילע משתתפים ביים חתונה די וואך בשמחת בית תולדות אברהם יצחק אין ביתר מערקט קרישקעס דער באקאנטער שריפטשטעלער ר' אריה ערליך הי"ו.

ree

הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א ביי קביעות מזוזה אינעם נייעם 'העריטידזש' זילבער געשעפט אינעם נייעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער אין קרית יואל

ree

האברך ר' שלמה ברוך וויינגארטן הי"ו מעסקני ק"ק סקווירא ביים איבערגיין די דעטאלן פונעם חגיגת הכנסת ספר תורה אין שטעטל.

ree

שטריימל סענטער ביים חתונה די וואך בחצר הקודש פינסק קארלין...

ree

הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר ביים קובע זיין א מזוזה אין די נייע אפיסעס פון מוסדות סאטמאר אין קרית יטב לב - בלומינגבורג

ree

האד' מסאטמאר ביים פארלאזן די ישיבה גדולה שיעור ג' נאכן באזוך דעם ראש חודש אדר, ווערנדיג ארויסבאגלייט דורכן פורים רב מתלמידי הישיבה.

ree

האחים שפיטצער אין א ברודערליכע ריקוד ביים מעמד הכנסת ספר תורה צו ישיבת שער המלך בראשות הרה"ג ר' מאיר ישראל שפיטצער ראש הישיבה.

ree

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן מלעלוב ביי א שבע ברכות די וואך בבית הרב מאיר רובינשטיין מעיאר פון שטאט ביתר

ree

די הכנות אין די ריזן זאלן פון די בעלזא תלמוד תורה אין בארא פארק צום שבת התאחדות מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא דעם שבת תצוה - זכור.

פייערדיגע ריקודין אינעם חצר המערה אין אתרא קדישא מירון לרגל ז' אדר.

טעימה קלה ביים גרויסן הכנסת ספר תורה פאריגע וואך אין סקווירא.


תגובות


bottom of page