top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיר התורה והחסידות • שמחה עצומה ביי מעמד הדלקה ליל ל''ג בעומר בחצר הקודש סקולען לעיקוואד

מונטאג פ' במדבר - כ"ד אייר תשפ"ג | קול בחצרות


א ציבור עצום געשאצט קרוב צו פינף טויזענט אידן, האבן דעם ל"ג בעומר מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע מעמד הדלקה בחצר הקודש סקולען לעיקוואד, די גרעסטע מעמד הדלקה אין ניו דזשערזי וואס האט צונויפגעברענגט א ריזן ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן.


די הדלקה איז פארגעקומען ביים ריזן שטח נעבן די סקולענע בית המדרש, און איבער אלע שטחים ארום זענען געווען פארזאמלט טויזענטער מענטשן מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד, הויכשטאקיגע פארענטשעס און א בימת הכבוד פאר די רבנים ואנשים מכובדים.


די מעמד איז געווארן אהנגעפירט אונטער די געניטע פירערשאפט פון חברה שמירה און צוזאמארבעט מיט חברים דלעיקוואד אהנגעפירט דורך די בארימטע עסקן ר לייבי לייפער.


צען אזייגער ביינאכט איז דער רבי ערשינען צום מעמד הדלקה, די סאטמערע קאפעלע אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר שמעון יואל זינגער האבן מהנה געוועהן מיט נגיני התעוררות.


דערנאך האט דער רבי משמיע געוועהן דברות קודש און שארף ארויס געטראטן קעגן די טריפנע כלים, דערנאך האט מען געזינגן דעם רוזינערס נגיון מיט גריוס דביקות.


דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום הויכפונקט פונעם מעמד, ארויף אויפן ספעציעלן בימה און אנגעצינדן די מדורה בשלהבת אש קודש, דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות א לענגערע צייט, און געהויבן די עולם כטפחים מעל גבי קרקע וינועו אמות הסיפים!


דערנאך האט דער רבי זיך צוריקגעקערט צום בימת הכבוד און ממשיך גהוועהן די ריקודין. סוף מעמד האט דער רבי ווידער איופגעטראטן מיט ברכת הקודש און זיך ארויסגעלאסט מיט פייערדיגע ריקודן אויפן ניגון האטס געפיולט אלעס גוטס!




















































bottom of page