גראנדיעזע "סיום חצי ש"ס" וועט פאראייניגן טויזנטער לומדי חבורת יסודי התורה דסאטמאר דעם זונטאג לך
- sfbechatzros
- 23 באוק׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזנטער סאטמארער חסידים, לומדים ומתחילים אינעם חבורה "יסודי התורה" זענען איינגעהילט אין שפאנענדע געמיטער, ווען עס טיילט אפ א קארגע דריי טעג ווען מ'גייט מיט א ריכטיגע שמחת וחדות התורה, פייערן די היסטארישע "חגיגת סיום חצי ש"ס – והתחלת חלק שני ש"ס" ביים גראנדיעזן מעמד אדיר ונשגב "כינוס הלומדים", וועלכער ווערט געפייערט ברוב פאר והדר, דעם זונטאג פר' לך, בראשות דער מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
ווי די ראשי "חבורת יסודי התורה" געבן איבער, ערווארט מען אן אנגעפולטן טאג, מיט א פראגראם מלא וגדוש, און אצינד ווערן פארענדיגט אלע לעצטע דעטאלן, אז דער מעמד מיט'ן גאנצן טאג בעפאר, זאלן אפגעראכט ווערן מיט'ן גרעסטן מאס הצלחה.
דער גיגאנטישער "קאלאהארי סענטער" אין פענסילוועניע איז ספעציעל געווארן ארויסגעדינגען אלס אכסניא של תורה צו אקאמאדירן די טויזנטער משתתפים, אצינד ווערט שוין די זאל אויסגערישט צום מאקסימום צו קענען דארט פראווען אנגעפולטער דעם טאג פון כינוס הלומדים.
דער יומא אריכתא וועט זיך אנהייבן מיט א דריי שעה'דידע סדר לימוד וחזרה" נאכגעפאלגט מיטן "בחינה רבתי" וואס וועט מאחד זיין אלע טויזנטער לומדים ומתחילים, וועלכע שליסן זיך אן אינעם 'יסודי התורה רעוואלוציע', מיט בלויז איין עמוד א טאג. דער סדר לימוד וועט אויך מיטגעהאלטן ווערן דורכן מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
עס וועט נאכפאלגן מיטן חגיגה נשגבה וואו עס וועט סערווירט ווערן א רייכער סעודה לכבודה של תורה, לרגל האי יומא דקא גרים, באגלייט מיט רייכע נגינה און תוכנ'דיגע דרשות דורך בעלי דרשנים מפורסמים.
דער סאמער הויכפונקט פונעם מעמד אדיר וועט זיין די סיום און הדרן נאכגעפאלגט די דברות קודש ודבר החבורה וואס דער נשיא ומייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - וואס רעכנט זיך צווישן די לומדי החבורה פון דעם ערשטן טאג- וועט משמיע זיין בשער בת רבים די רגשי הלב כלפי די אלפי חברי החבורה שומעי לקחו צו זיין אנגעשלאסן אין דעם רבי'נס חבורה.







תגובות