top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב קומען ארויס אין שטיצע ביי יערליכע מעמד כבוד התורה אין כולל זכרון חיים ד'באבוב

מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארגאנגענעם ליל ששי איז פארגעקומען די יערליכע מעמד כבוד התורה בהיכל כולל זכרון חיים ד'באבוב ווי חסידי באבוב זענען ארויסגעקומען שטיצן די תורה אימפעריע פון די באבובער כולל מיט אירע הונדערטער לומדים און פולע חבורות בכל מקצועות התורה. דער מעמד איז געוועהן אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש און דערנאך פארטיילט תעודות פאר קרוב צו הונדערט אינגעלייט וועלכע האבן זיך פארהערט אויף פולע מקצועות בהלכה ביי די גדולי הרבנים אין בארא פארק.


צומארגנס ליל שבת ביים טיש האט די רב דערמאנט מיט התרגשות ווי אזויפיהל אינגעלייט האבן זיך פארהערט און ארויסגעברענגט אז ער וואלט געוואלט מכבד זיין יעדן באזונדער און דערביי מכבד געווען בנו הרה''צ ר' יחזקאל שליט''א מיט ברכת המזון על הכוס זייענדיג פון די צענדליגע מסיימים.





















Comentários


bottom of page