חברי ק"ק סאטמאר מאנסי מיטגעלעבט היסטארישע שבת "הקהל" בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
- sfbechatzros
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 5 דקות
מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי שווארץ
ברגשי שבח והודאה להשי"ת, האבן כל קהלא קדישא הדין, חברי ק"ק סאטמאר אין מאנסי, אפגעראכטן דעם ערשטמאליגן "שבת הקהל" וואס האט צוזאמענגענומען דעם גאנצן ציבור קהל עדת ישורון אויף א פערזענליכע שבת בקודש פנימה לחזות בנועם ה' בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ביומא דהילולא קדישא ו' אלול פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
דער שבת איז געווען מיוחד פארן גאנצן ציבור רבנן ותלמידהון, מורי צדק ומרביצי תורה שליט"א, חברי אהבת קדומים, בעלי בתים נכבדים, אברכים יקרים, יושבי אהל, און בחורי חמד, פון איבער גאנץ מאנסי ושכונותי'. די ציל איז געווען "הקהל את העם למען ישמעו ולמען ילמדו" פונעם גרויסן מנהיג העדה, כדי איבערצוגעבן ווארימע דברי הדרכה והתחזקות במשך השבת קודש, הייליגע טייערע ווערטער וואס וועלן באלייכטן די אויגן "את הדרך אשר נלך בה".
דער שבת איז ספעציעל אהערגעשטעלט געווארן מחוץ לעיר אין א געשמאקע רואיגע אטמאספערע, כדי צו געבן די געלעגנהייט צו מיטהאלטן דעם פולן שבת מבואו ועד צאתו מיט די פולע עונג ומנוחה, און ארויסצונעמען פונעם שבת די מאקסימום. וויבאלד דער שבת איז געווען אויסשליסליך פארן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנסי, זענען געווען ספעציעלע כניסה קארטלעך מיט בארקאדס, וואס מען האט געסקענט ביי די סקיוריטי ביים אנקומען.
דער רייכע סדר השבת האט זיך שוין אנגעהויבן פרייטאג נאכמיטאג מיט די סעריע פון רייכע שיעורי הכנה צום שבת און באזונדערע דרשות פאר אלע יארגענג. בפניא דמעלי שבתא איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין האטעל און זיך באגריסט מיט ראשי והנהלת הקהילה און זיך אומגעקוקט אינעם האטעל. פארן זמן הדלקת הנרות איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און אנגעצינדן די לעכט ביים עמוד לרגל די יומא דהילולא פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע. דערנאך האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר עטליכע חתנים, און אריין אינעם היכל השלחנות ווי דער רבי האט געמאכט די ברכה להדליק נר של שבת און אנגעצינדן די נרות שבת. די רבי האט געדאוונט פארן עמוד מנחה, און דערנאך האט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני הקהילה אין וויליאמסבורג אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת.
במשך דעם גאנצן שבת האט די רבי שליט"א געזאגט די קדישים נאך אלע תפילות, און האט אויך יורד געווען לפני התיבה צו שחרית לכבוד די הילולא קדישא. די שולחנות הטהורות וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט אין די היכל השולחנות אינאיינעם מיט'ן ציבור איז געווען א קייט פון התעלות והתרוממות הנפש, מיט די ווארימע דערהויבענע זמירות שירות ותשבחות, פרייטאג צונאכטס ביים טיש נאך קידוש זענען די בחורים ארויס ווי זיי האבן געגעסן אין א עקסטערע זאל און זענען צוריקגעקומען צו די זמירות ודברי תורה.
נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש און ארויסגעברענגט אז מען שטייט היינט ביומא דהילולא פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס האט אוועקגעשטעלט א נייע דרך בעולם החסידות וואס האלט אן עד היום הזה און איז מיוסד אויף אלע דריי עמודי עולם, תורה עבודה וגמילות חסדים, און דער רבי האט בפרטי פרטים אויסגעשמועסט די דריי כללים וואס יעדער דארף האלטן שטארק זיך צו קענען פארריפן אלץ א חסידישע איד וואס גייט אין די דרך פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע.
בהמשך דעם טיש האט די רבי ווידער משמיע געווען עטליכע מאל דברות קודש און ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה בנוגע חינוך הבנים ובפרט מיטן איינגעוואוינען די קינדער נישט צו רעדן קיין שקר אדער ניבול פה, אכטונג געבן מיט וועם זיי חבר'ן זיך, פארהערן די קינדער, פירן דערהויבענע סעודת שב"ק מיט די קינדער, האלטן א עינא פקיחא אויף אלע ענינים, מכבד זיין און מחזק זיין די מלמדים סיי מיט געלט און סיי מיט ווערטער, און אזוי וועט מען בעז"ה מגדל זיין ערליכע און חסידישע דורות עד ביאת הגואל.
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנסי שליט"א, דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט, מען האט אויפגעגעבן פירות און אלע בחורים זענען אדורך נעמען שיריים, מען האט פארענדיגט דעם טיש ארום צוויי אזייגער אויפדערנאכט.
שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען איז אפגעהאלטן געווארן די "מעמד רבתי לימוד עסק התורה דרבים", ווי דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים האבן עוסק געווען בלימוד בחברותא.
ביים ליינען האבן עולה געווען די נדבני ופטרוני השבת וועלכע האבן דערביי אויך געשנדר'ט גרויסע סכומים און אפגעקויפט זכותים אינעם נייעם בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה. נאכן עולה זיין האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר די פטרוני השבת און עקסטער א מי שברך לחולה פאר הב' יוסף יושע בן פרומט בילא לרפואה שלימה - מבני הקהילה פון מאנסי. צו מוסף האט די רבי צוגעשיקט הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנסי שליט''א.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום קידוש אין איינע פון די זייטיגע צימערן ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די נדבני ופטרוני השבת, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט אז צווישן אלע נדבות ביי די עליות איז אריינגעקומען דעם ריזן סכום פון צוויי אהאלב מיליאן דאלער! לטובת די נייע בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, און דערביי איבערגעגעבן אז די רבי שליט"א האט זיך אונטערגענומען צו שאפן א מיליאן דאלער פארן נייעם בנין הישיבה. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש לבית סיגוט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע נדבנים.
ביי די ערשטע מאמענטן פון די סעודה שבת צופרי פון די בחורי חמד האבן די בחורים געהאט די זכי' אז די רבי איז אריינגעקומען אינעם זאל און מיטגעהאלטן די סעודה און דערביי צו הערן ספעציעלע דברות קודש ודברי הדרכה, דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו גיין אין מקוה, דאווענען אויפן קול, פארשטיין וואס מען לערנט, נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און זיך פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געפראוועט די סעודות יום שבת אינאיינעם מיטן ציבור, דער רבי האט זיך געוואשן און דער איש על העדה הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און ביים סוף זיך שטארק באדאנקט פארן רבי'ן שליט"א פארן געבן די זכיה מיטצוהאלטן אזא שבת ווי דער רבי האט משפיע געווען מהוד תורתו און אנגעוואונטשן אז דער רבי זאל ווייטער קענען משפיע זיין פאר לאנגע געזונטע יארן עד ביאת הגואל. נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון יעדע איד און שטארק מעורר געווען יעדעם איינעם צו קומען אין ביהמ"ד און עוסק זיין בתורה אין איינע פון די חבורת פון די קהילה מיט א קביעות גמור. ביי די פצעי האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים אין די מוסדות.
דער פייער-קלימאקס פונעם געהויבענעם שבת איז געווען די לעכטיגע מאמענטן ביי שלש סעודות, ווי די רבי האט משמיע געווען דברות קודש מיט דברי התעוררות ומוסר לקראת די ימי הרחמים והרצון, נאך שלש סעודות און תפלת מעריב, האט די רבי שליט"א מבדיל געווען על הכוס לכל הקהל הקודש, און געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור.
היסטארישע מאמענטן זענען פארגעקומען במוצאי יום גילה ביי דעם מעמד נשגב ומרומם "התחלת כתיבת ספר תורה", וועלכע איז געשריבן געווארן דורך כל קהלא קדישא לכבודו ולזכותו הרמה פונעם רבי'ן שליט"א, ביים ערשיינען צום מעמד האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין ריקודין קדישין, נאכ'ן זינגען ניגוני התעוררות האט די רבי אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה, דערביי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז די תורה הק' איז מלמד זכות ביים רבש"ע אויף כלל ישראל, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז שטייענדיג נאך אזא שיינע שבת און אנדערש ווי די מנהג אמעריקע אז מוצאי שבת ווערט מען פארזינקען אין די עולם הגשמיות, איז דא פארקערט און מען פרייט זיך מיט א התחלת כתיבת ספר תורה, וועט די תורה אוודאי זיין א מליץ יושר פארן גאנצן ציבור, דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון די קהילה אין מאנסי א קהילה נאה וחסידה מיט וואס מען קען שטאלצירן, ובפרט מיט אזא חשוב'ע רב שליט"א וואס איז פקיע שמיה אין גאנץ מאנסי און נאך סאך ווייטער, און ארויסגעברענגט די הרגשים נאך אזא דערהויבענעם שבת המתאחדת און געזאגט אז מען פארט טאקע אהיים אבער מען בלייבט מקושר אויף ווייטער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
עס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט פייערליכע ריקודין לכבודה של תורה. דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער וואונטשן א גוטע וואך און אפגענומען א דבש חי געבענטשט דורכ'ן רבי'ן שליט"א. עס איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה ווען מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה נאך אזא געהויבענעם שבת.




























































































































































































































