תושבי בית שמש מיטגעלעבט געהויבענער שמחת נישואין במעונו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
- Bechatzros admin
- 20 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יעקב לעדערמאן, שלומי טריכטער, JDN
פארלאפענעם וואך איז כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט בית שמש, צו די באשיינען די חתונה פון אן איר אייניקל, די כלה א טאכטער פון נכדו חביבו הרב נתן שעכטער שליט"א מוהל מומחה, א זוהן פון בנו המנוח הרב נחמן שעכטער זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד, זייענדיג א געלעגנהייט פאר תושבי בית שמש נהנה צו זיין מאורו הבהיר פונעם פאר הדור בעידן חדוותא.
ביים מעמד קבלת פנים האט זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכער האט געדינט אלס מסדר קידושין, נאכדעם וואס דער חתן איז מתלמידי ישיבתו הרמה אין קרית ישמח משה. דער רבי האט ווארעם געוואונטשן דעם גרויסן זיידן הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א און די מחותנים, און מסדר געוועהן די כתובה. מיט די איבעריגע ברכות זענען נתכבד געווארן די זיידע'ס און רבנים חשובים, עדי קידושין זענען געוועהן הרה"ח ר' יעקב שלמה נויגרשל הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי קאהן הי"ו פון די נאנטע מקורבים ביים רב שליט"א.
נאכן חופה האט דער רב שליט"א זיך געוואשן צום סעודת החתונה בחדרו הפרטי אינעם זאל. און איז קורצליך דערויף ערשינען צו די שמחת החתונה במלוא הדרו. הונדערטער תושבי העיר האבן אין לויף פון די נאכט באלאגערט דעם זאל לקבל את פני הקודש און כאפן א בליק אויפן צדיק. בשעת די ריקודין האבן באשיינט דעם פני המזרח הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער גאב"ד קרית הרמ"א און נאך רבנים חשובים, ורבני ק"ק ברסלב בית שמש.
דער רב שליט"א האט מעודד געווען די ניגונים אין ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט די חתן אין מחותנים. נאכן בענטשן איז ער געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה בהתלהבות אש קודש, און דערנאך זיך צוריק געקערט למעונו אין ירושלים.























תגובות