מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
פון חצר הקודש באבוב 45 איז באשטעטיגט געווארן אז דאס יאהר ל"ג בעומר וועט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליטא אפרעכטן די גרויסארטיגע מעמד הדלקה רבתי ביים שטח הענקי פארט פונעם ביהמ''ד הגדול והחדש באבוב 45 ההולך ונבנה אויף די 14'טע עוו. צווישן 49 און 50, אין צענטער פון שטאט בארא פארק.
דאס קומט נאכדעם וואס די מעמדי ההדלקות די לעצטע צוויי יאהר פלעג אפגעראכטן ווערן ביים שטח קעגן די בנין בית חינוך לבנות באבוב 45 אויף די 56'סטע גאס. היי יאהר האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט צו קענען אפרעכטן די הדלקה אויפן שטח פארנט פונעם נייעם ביהמ"ד און נאכן ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן איז דעם ערב שבת געמאלדן געווארן די גינסטיגע נייעס. די הדלקה וועט פארקומען מוצאי שבת קודש ליל ל"ג בעומר במעמד אלפי ישראל, חסידי באבוב 45 און תושבי בארא פארק וואס וועלן ווי אין די פארגאנגענע יאהרן שטראמען מיטצוהאלטן דעם מעמד נשגב לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחי.
Comentarios