האד' מתולדות צבי ספינקא באזוכט ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א דורכצוטוהן הלכה'דיגע שאלה בהלכות אבילות
- sfbechatzros
- לפני 21 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארגאגענעם ליל שישי איידער כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט''א האט פארלאזט קרית יואל וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע צוויי חדשים אויף אפרוה, האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי מחותנו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א , וואו דער רבי שליט"א האט אנגעפרעגט דעת תורתו בשליחות פון די קינדער פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, צו קענען ארויסקומען קיין ניו יארק בשעת די שבעה, און זיצן עטליכע טעג במקום מגוריהם אין ניו יארק. דער דיין שליט"א מגדולי הפוסקים בדורינו האט דורכגעטוהן די צדדי ההלכה מיטן רבי'ן שליט"א און געהייסן צוברענגען א שולחן ערוך וואו מען האט מלבן געוועהן דעם ענין בכובד ראש, ווען צום שלוס האט דער דיין שליט"א געפסקענט הכלה ברורה אז די ברודער האדמור"ים וואס וואוינען אין ניו יארק קענען פארלאזן די שבעה אין ארץ ישראל און ארויסקומען זיצן אין ניו יארק. דער רבי שליט"א האט שפעטער טעלעפאנירט קיין ארץ ישראל און איבערגעגעבן דעם פסק הלכה פאר כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א ואחיו הרבנים.
נאכן באזוך האט דער קרית יואל'ער דיין שליט"א מכבד געוועהן דעם רבי'ן מיט לחיים און מען האט זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת החאלאקע פון א בשותפות'דיגע אייניקל, באזונדער האט זיך דער רבי שליט"א געוואונטשן מיטן דיין בברכת השנים צום נייעם יאהר.











