top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 בפבר׳
  • זמן קריאה 6 דקות

עודכן: 23 בפבר׳

ree

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


האד' מוויזניץ ביים שמחת הפארשפיל און מעמד פרידה פאריגן מוצאי שבת וואו דער רבי האט געלאדענט די חסידים צום סעודת הודאה וואס ער האפט בעז"ה צו פראווען אין די נאנטע צוקומפט במקהלות עם רב.

ביים שמחת השבע ברכות די וואך בחצרות קרעטשניף - תולדות אהרן האט קרישקעס באמערקט העסקן הר"ר מאיר פרוש הי"ו וואונטשן מזל טוב פארן זיידן האד' מקרעטשניף.

ree

ביים שמחת השבע ברכות די וואך במעונו פון הגאון רבי בערל לאזאר הויפט רב פון רוסלאנד ווערן געזעהן, מימינו דער ראשון לציון הגאון ר' דוד יוסף און משמאלו הגאון ר' שלמה משה עמאר הויפט רב פון ירושלים.

ree

די מזכרת וואס איז פארטיילט געווארן פאר די משתתפי ויעדת יחידי סגולה לטובת מוסדות ראחמיסרטיווקא, א ברכה מיוחדת אויף א קלף מיטן אונטערשריפט פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א בחתימת יד קדשו.

ree

פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום היסטארישן מעמד הכנסת ספר תורה אין סקווירא. די רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע ביים ליפערן די ערשטע שיפמענט פון בענקלעך, שאטער'ס, טישן, אויב אן - פלאטפארמע'ס און די אנדערע צוגעהערן צו די מעמדי קודש וואס וועלן פארקומען במשך צוויי טעג, אנגעהויבן ביים מעמד סיום כתיבת ס"ת, די מלכות'דיגע תהלוכה, די ריקודין לכבוד התורה אינעם ביהמ"ד הענקי, און שפעטער ביים סעודה לגומרה של תורה.

אינעם היכל התורה אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים מערקט 'קרישקעס' האד' מראחמיסטריווקא אוקענוויין צווישן די לומדים, זייענדיג קובע עיתים לתורה אין די פארנומענע שעות זייענדיג צוגאסט אויף א באזוך אין ירושלים (קרעדיט ארכיון אחה"מ ראחמיסטריווקא).

ree

האד' מפאפא איז מנחם אבל ביי משפ' גאלדבערגער אין וויליאמסבורג וואו דער רבי האט מעיין געוועהן אינעם בוך וואס איז לעצטענס ערשינען איבער די היסטאריע פון די פארצווייגטע גאלדבערגער משפחה.

האד' מתולדות אהרן ביים מיטהאלטן די עבודת הריקודין פון אחיו הגדול האד' מתולדות אברהם יצחק ביים חתונה די וואך בשמחת בית תולדות אברהם יצחק - סאסוב - גארליץ אין בני ברק.

ree

הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון האד' מסקווירא אינעם קענעדי לופטפעלד ביים ארויסבאגלייטן האד' ממחנובקא בעלזא בשליחות אביו, נאך זיין באזוך אין ניו יארק.

ree

האד' מסאטמאר איז עוסק בתורה צווישן מנחה מעריב במקום הנופש אין נארט מיאמי.

האד' מסאדיגורא איז זיך משתתף ביים חופה פונעם מוזיקאנט החתן צבי לעווין ני"ו וועלכער טוט מהנה זיין די לעצטערע יאהרן ביי די שמחות און מאורעות בחצר הקודש.

האד' מפינסק קארלין מערקט 'קרישקעס' אויף די גאסן אין בארא פארק אין א שמועס מיט הרב הערשל כץ הי"ו משב"ק אדמור"י בית וויזניץ.

ree

האד' ממחנובקא בעלזא אין א ריקוד מיטן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי הנגיד החסיד ר' אליש ענגלאנדער פון לאנדאן.

הר"ר ישראל משה שטוהל הי"ו משב"ק אדמו"רי סקולען זיע"א ביים ערהאלטן פירות פון האד' מסקולען ביי חמשה עשר טיש.

ree

הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר בן האדמו"ר מגור איז מתפלל ביים ציון הק' פונעם הייליגן קאצקער רבי'ן זי"ע היינטיגן דאנערשטאג בעצם יומא דהילולא כ"ב שבט.

האד' מבוהוש ביים שענקען דורון דרשה פארן בר מצוה בחור אייניקל פון גיסו האד' מביאלא רמת אהרן.

ree

פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א ביים דורכליינען דעם שארפן בריוו געשריבן דורך הגאון הגדול רבי דב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע וואס איז פארענפענטליכט געווארן אין די היימישע צייטשריפטן, מיט גאר שארפע ווערטער קעגן געוויסע עסקנים אין די "דגל התורה" און "אגודת ישראל" פארטייען וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום שעדליכן קערפערשאפט "ארץ הקודש" אונטער'ן ציוני'סטישן "הסתדרות".

ree

האד' מבעלזא ביים איבערגעבן אן עפל פארן איר אייניקל א זוהן פון נכדו חביבו הרב חיים מאיר רוקח נאכן חמשה עשר טיש.

ree

פיבערהאפטיגע הכנות צום שבת מרומם מיטן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א אין שטאט לעיקוואד.

האד' מוויזניץ שפאצירט אויף די שטילע גאסן פון קרית וויזניץ לצורך בריאת גופו הטהור.

ree

דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער אין א שמועס מיט האד' מסקווירא מאנסי ביי א שמחה די וואך.

האד' מדושינסקיא ביי מנחה מעריב במקום הנופש אין פלארידא כאחד האדם צווישן די מתפללים.

ree

לומדים מופלגים חסידי גור פארהערן זיך פארנט פון הונדערטער סאטמארע חסידים ביים "שבת המסיימים" דורך חבורת "תורתך שעשועי" וואו מען האט זיך באקענט פונדערנאנט מיט די תורה רעוואלוציע 'מזומנים' מיסודו פון האד' מגור.

הרה"צ ר' אלימלך נתן נטע רוקח נכד האד' מבעלזא האט 'קרישעקס' בארמערט אין די הויעכע שנייען אין מאנטריאל.

ree

האד' מוויזניץ קייאמישע ביים פארלאזן די ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין מאנסי נאכן מנחם אבל זיין ביי האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי.

ree

וּבְדַעַת חֲדָרִים יִמָּלְאוּ: א פריש בילד צירקולירט פונעם ספרים שטוב פון הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל גאב"ד ירושלים, אין שכונת בתי מחסה, מערקט די ארון הקודש אין די שאפע, טינט מיט עטליכע סארט שרייב געצייג אויפ'ן טיש, די בלומען ביים פענסטער, און נאך אינטרעסאנטע דעטאלן.

ree

ונגד זקיניו כבוד: חשובע זקני חסידי סאטמאר אויסגעזעצט ארום דעם טיש אין ביהמ"ד קהל חסידים אין נארט מיאמי און ווארטן אז האד' מסאטמאר זאל אריינקומען צום שולחן הטהור לכבוד ט"ו בשבט, מערקט די מלכות'דיגע זילבערווארג מיט פרוכט באצירן דעם טיש.

ree

העומדים על הפקודי"ם: דער מייסטער ארגאניזירער ר' יוחי פליישמאן הי"ו ווערט געזען ביי א העפטיגן אסיפת עסקנים אינעם ריזיגן דאגלעס גרינהאוז זאל אין בעפארברייטונג צום מעמד "אהבת התלמידים" שע"י ישיבה ומתיבתא קאשוי.

ree

האד' מראחמיסטריווקא שפאצירט אויף די גאסן ארום די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט, וואו עס איז די וואך אפגעהאלטן געווארן די רייכע מעמד יחידי סגולה לטובת די מוסדות.

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם ווערט געזעהן אין א אמבולאנס וואו ער האט מבקר חולה געוועהן א בחור וואס איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע און איז ארויסגעלאזט געווארן פון שפיטאל אויף געציילטע שעות.

ree

הר"ר בנציון שטאנגער משב"ק האד' מוויזניץ ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי האד' מביאלא רמת אהרן.

ree

הגה"צ רבי רבי יוסף דוד שנעבאלג שליט"א אב"ד שערי תפלה ביים חמשה עשר טיש ארומגענומען מיט תלמידים וחסידים.

האד' מסאדיגורא ביים אנטוהן די שטריימל פאר החתן צבי לעווין לאנגיעריגער שפילער בחצר הקודש דעם ערב שבת פארן כניסת הזמן.

ree

דים זונטאג אינדערפרי איז דער הויפט רב פון רוסלאנד הרב בערל לאזאר אנגעקומען צום שפיטאל וואו אלכסנדר טרופנוב וואס איז באפרייט געווארן שבת האלט זיך אויף, און אים געברענגט א נייע פאר תפילין, אלכסנדר האט די ערשטע מאל אין זיין לעבן געלייגט תפילין מיט גרויס התרגשות.

ree

הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז ביים פארטיילן צוקערליך פאר די קינדערליך אין ת"ת החדש אין בני ברק לרגל התחלת לימוד משניות.

ree

האד' מקרעטשניף ירושלים באגריסט זיך מיט גאב"ד מאקאווא נאכן דינען אלס סנדק ביי א ברית אין מאקאווא ביהמ"ד אין קרית אתא.

ree

האד' מבית שמואל צבי דספינקא אנגעטוהן מיט א קאלפיק כמנהג אבותיו, וואס דער רבי האט מחדש געוועהן דעם ט"ו בשבט, אין א שמועס מיט מקורבו בנש"ק ר' דוד כץ הי"ו.

ree

הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט ביים פירות טיש דעם חמשה עשר בשבט בבית הנגיד ר׳ עקיבא יואל נעגער הי"ו אין טאמס ריווער וואו דער רב איז געוועהן צוגאסט לטובת א וויכטיגע צדקה צוועק.

ree

‏כֵּן אָנֹכִי אֲנַחֶמְכֶם: האדמו"ר מתולדות משה ביים מנחם אבל זיין אביו האדמו"ר מהאלמין וואס זיצט שבעה על פטירת אחיו הרה"ח רבי חיים אליעזר גראס ז"ל.

ree

האד' מסאדיגורא ביים עולה זיין צום ערשטן מאל אויפן נייעם ספר תורה אויפצומארגנס פון די גרויסער מעמד הכנסת ספר תורה.

ree

האד' מראחמיסטריווקא אויפן פליגער אהיים נאכן קורצן באזוך אין ניו יארק, מיט מקורבו ויד ימינו העסקן הרב אברהם סלאנים.

ree

האד' מפינסק קארלין איז מתפלל אינעם חדר כהנים ביים ציון הק' פונעם הייליגן רימניצער רבי'ן זי"ע אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי.

ree

האד' מסקולען לעיקוואד אנקומענדיג מום אכסניא אין טאראנטא בבית הנגיד ר' משולם פייבוש העללער הי"ו.

ree

העפטיגע הכנות אויף די גאסן פון סקווירא שטעטל צום היסטארישן חגיגת הכנסת ספר תורה דעם כ"ח שבט.

האדמו"ר מאשלג נאך א תפילה ביים מערת המכפלה, ביים נעמען א קוויטל פון זיין ברודער הרה"צ ר' אליהו ישראל אשלג שליט"א.

ree

הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס אבד"ק ספינקא אנגעהויבן קבלת קהל אין ליכט פון אנגייענדע חולשה ביי אביו האד' מספינקא.

ree

אב"ד נירעדהאז און העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער ביים סעודת השלושים פון כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל די וואך.

ree

האד' מספינקא ירושלים באזוכט ביי שאר בשרו האד' מפארשעי אין מאנסי.

ree

געשעפטן אין סקווירא שטעטל גרייטן זיך צום גרויסן חגיגת הכנסת ספר תורה.

ree

האד' מפאפא ביים שמחת השבע ברכות די וואך בבית הנגיד ר' שמואל דוד אויש אין מאנסי.

ree

מהתם להכא: די התרגשות צום גרויסן הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סקווירא דערגרייכט ביז קיין בארא פארק...

ree

האדמו"ר מסקאליע בסוד שיח מיט האדמו"ר מלעלוב ביים בר מצוה פון א אייניקל.

ree

האד' מדושינסקיא באזוכט ביים נייעם מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אין וועסט פאלם פלארידא וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע וואך אויף אפרוה.

ree

דעם פארגאנגענעם זונטאג פ' יתרו איז א משלחת פון הנהלת כולל שומרי החומות אריין צו כ"ק אדמו"ר ממאכנובקא בעלזא שליט"א, וואו די רבי שליט"א איז דורכגעגאנגען די חשבונות פונם כולל, און האט זיך אנגערופן מיט א שיינעם סכום לטובת הכולל.

ree

תגובות


bottom of page