top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ערווארטעט אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק לכבוד א חתונה פון נכד מקורבו הנגיד ר' חיים שטערן הי"ו

  • Bechatzros admin
  • 29 בדצמ׳ 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש

וויזניצער חסידים אין אמעריקא האבן אין די טעג ערהאלטן די בשורה משמחת אז מען וועט האבן די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער וועט דעם קומענדיגע פרשת בא אנקומען בשערי ניו יארק אויף א קארצע ביקור קודש בקרב חסידיו. די רבי שליט"א קומט צו פארן לכבוד די חתונה פון א אייניקל פון איש אמונו הנגיד החסיד רבי חיים שטערן הי"ו פון קווינס הי"ו ראש וראשון לכל קדשי בית וויזניץ.


די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן ממעון קדשו אין בני ברק דעם קומעדיגן מוצאי שבת וארא, און באשיינען די חתונה וואס קומט פאר אנהייב וואך פרשת בא אין בארא פארק, די נאכפאלגענדע טעג וועט די רבי פארוויילןן אין בארא פארק, און דערביי אויסנוצן די גלעגנהייט אויפצונעמען דעם ציבור חסידים לעצה ולברכה.


מיטוואך נאכמיטאג וועט די רבי שליט"א פארלאזן ניו יארק אויפן וועג אהיים קיין ארה"ק.

bottom of page