חסידי סקווירא קויפן אפ היסטארישע ספר תורה פון הרה"ק ר' אהרן טשערנאבלער אלס מתנת קודש לכבוד האד' מסקווירא
- Bechatzros admin
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש

מיט אן אויסערגעווענליכע התרגשות וחרדה עילאה ווערט אויפגענומען צווישן חסידי סקווירא אלוועלטליך איבער'ן זעלטענעם אפקויף פון די היסטארישע ירושה ספר תורה פון הרה"ק ר' אהרן טשערנאבלער זי"ע, וואס וועט איבערגעגעבן ווערן אלס מתנת קודש פאר רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ביים היסטארישן "שבת חזק".
דער שבת חזק קומט פאר קומענדיגן שבת פר' משפטים, שבת שקלים, ווען מ'פארענדיגט דאס ערשטע מאל ליינען די גאנצע קריאה אין די 'קדשנו ספר תורה" וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך עדת חסידי סקווירא פאריאר כ"ח שבט תשפ"ה, ולשנה האחרת קבעום, זיך ווידעראמאל מחזק זיין מיט קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע, און פייערן דעם סיום קריאת הספר, במעמד אלופי אלפי ישראל.
לרגל די פייערליכע געשעעניש איז אין א זעלטענעם שריט אפגעקויפט געווארן פאר א סכום עצום דורך הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום זלמן רוקח הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, די היסטארישע ירושה-ספר תורה פון הרה"ק ר' אהרן טשערנאבלער זי"ע, וואס ליגט באוצרו פונעם רבי'נס קרוב הרב בנש"ק ר' יצחק מאיר טווערסקי פון קווינס, אלס א מתנת קודש פאר'ן רבי'ן שליט"א.
מיט עטליכע יאר צוריק ווען ר' יצחק מאיר האט אפגעקויפט אט דעם היסטארישן ספר תורה, האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער מתקן צו זיין די ספר תורה ביי א סופר מומחה, אין לויף פון די יארן האט ר' יצחק מאיר עטליכע מאל געברענגט די ספר תורה קיין סקווירא צו די הקפות און נאך פארשידענע זמנים וואו דער רבי האט דערמיט געטאנצן און געליינט.
די אומשאצבארע ירושה ספר תורה וועט איבערגעגעבן ווערן פאר'ן רבי'ן ביים גרויסארטיגן "מעמד הודאה" וואס וועט פארקומען מוצאי שבת משפטים, במעמד אלפי חסידי סקווירא, ווען דער רבי וועט בחרדת קודש ויראה עילאה איבערנעמען די ספר תורה און אפרעכטן דערמיט די ריקודין קדישין בהתלהבות אש קודש, און דערנאך וועט דאס אריינגעפירט ווערן בבית גנזי המלך פונעם רבי'ן שליט"א.
בברכה המשולשת בתורה, וועט דער רבי שליט"א מיט דעם פארמאגן בבית גנזיו ספרי תורה פון די דריי קינדער פונעם טשערנאבלער מגיד זי"ע, פון וועמען דער רבי איז אן אייניקל, הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער זי"ע, הרה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע און הרה"ק רבי יוחנ'טשע ראחמיסטריווקער זי"ע.


