top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז פאררופט אסיפה דחופה פאר אלע רבני ודייני ק"ק צאנז איבער לעצטערע מכשולות בכשרות בתי התפילין

  • sfbechatzros
  • 25 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 26 באוג׳

מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט איידער די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, האט דער רבי שליט"א פאררופן א העכסט וויכטיגע אסיפה פאר אלע רבני ודייני ק"ק צאנז פון איבער גאנץ ארץ ישראל, די אסיפה איז פארגעקומען אין די גלי צאנז האטעל, ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעפאדערט די דיינים אויף געוויסע מכשולת וואס עס קענען זיך מאכן בכשרות בתי התפילין, און מעורר געוועהן די נחיצות צו שטיין דערויף על המשמר כדי די פראבלעמען זאלן זיך נישט אריינכאפן צווישן די היימישע בתים מאכער'ס פון ווי חרדי'שע ערליכע אידן קויפן דארט זייערע פאר תפילין.


די אסיפה איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס איז אנדעקט געווארן עטליכע חששות אין די כשרות ביי די 'בתים' פון די תפילין, נאכדעם וואס אין די לעצטע 25 יאר באנוצט מען זיך מיט א דיקערע סארט הויט פאר די בתים, און פילמאל בלייבט נאך איבער נאכן פרעס קלענערע לעכער אין די הויט, און מצד חסרון ידיעה פילט מען אן די לעכער מיט א געוויסע סארט קלעב, וואס דאס קען גורם זיין הארבע שאלות על כשרות התפילין.


באזונדער איז אנדעקט געווארן נאך הארבע חששות בכשרות ריבוע התפילין, א שטייגער אויף וואס מען באנוצט זיך מיט א עלעקטראנישע זעג מעסער צו עפענען די פיר באזונדערע בתים אויף די תפילין של ראש, וואס געוויסע בודקים זענען נישט בקי וויאזוי דאס צו עפענען אויף א פארזיכטיגע וועג, אזוי אויך ווערט צומאל באנוצט א עלעקטראנישע דרילער צו עפענען די לעכער צווישן די בתים אדורכצופירן די חוטים, וואס קען גורם זיין הארבע פיסולים אין די בתי התפילין אויב מען טוט דאס אויף א אומפארזיכטיגע וועג, און נאך פארשידענע פראבלעמען וואס מאכט זיך.


ווי באקאנט איז הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע געשטאנען בראש המערכה פאר פופציג יאר צוריק לגדור גדר ולעמוד בפרץ איבער דעמאלטסדיגע הארבע מכשולות בכשרות התפילין, און יעצט ווען עס איז פון פריש אנדעקט געווארן נייע סארט שאלות חמורות בכשרות בתי התפילין, האט דער רבי שליט"א געשפירט פאר וויכטיג צוזאמצורופן די רבני ודייני צאנז איבערצוגעבן דעם דבר ה' ברמה און דער חובת השעה בכשרות בתי התפילין. דער רבי האט מייסד געווען א באזונדערע וועד הרבנים וואס זיי זאלן זיין געשטעלט צו האלטן אן עינא פקיחא אז חסידי צאנז זאלן איינקויפן בלויז מהודר'דיגע בתי תפילין אויסגעהאלטן כדת וכהלכה, און לויט די קלארע הוראת הקודש פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page