חוצות ירושלים ווירבלען מיט הכנות צום חתונה אין ווערדאנער הויף; שבת באווארפן דעם שב"ק אין אולם סאטמאר
- Bechatzros admin
- 8 באוג׳
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' ואתחנן • י''ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

חוצות ירושלים ווירבלען שוין מיט די העפטיגע צוגרייטונגען צו די חתונה בחצר הקודש ווערדאן, די שמחת נישואין פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' משה לאבין רב ביהמ"ד עטרת צבי זידיטשוב אין בני ברק.
אין די פארבליבענע קארגע וואך ביז די חתונה ווערן געמאכט די לעצטע הכנות, בעת די חסידים און מעריצים גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צו די מרוגש'דיגע עידן חדוותא.
דעם שב"ק פ' ואתחנן - נחמו וועט פארקומען די שבת עלי' לתורה,צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם ווערדאנער ביהמ"ד, וועט אלע תפילות און טישן במשך דעם שבת פארקומען אין די סאטמארער זאל אין די עזרת תורה געגענט וואס איז ארויסגעדינגען געווארן לכבוד די שיינע שבת של שמחה, און די פארשפיל מוצאי שבת קודש בשיר וקול תודה.
די שמחת החתונה וועט פארקומען בקול רנה ותודה המון חוגג, דעם קומענדיגן דאנערשטאג עקב, במקום מגורי הכלה אין בני ברק, אנגעהויבן מיט'ן מעמד "קבלת פנים" און "חופה" און דערנאך די סעודות החתונה און די ריקודין אין די זאלן פון ארמונות פרידמאן, ביי וועלכן עס וועלן זיך מיטפרייען פילע חסידים, מעריצים, און געסט מעבר לים. דער קלימאקס פון די שמחה וועט געוויס זיין ביים געהויבענען מעמד המצוה טאנץ וואס איז ווי באקאנט געוועהן א שם דבר ביים סבא קדישא כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצוק"ל ולאחריו בקודש ביי בנו הגדול דער רבי שליט"א ברא כרעא דאבוה.
די חתונה וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה, אנגעהויבן מיט'ן שבת שבע ברכות וואס וועט פארקומען במעונו פונעם אבי הכלה אין בני ברק, ווען דער מחותן אבי החתן, דער רבי שליט"א, וועט זיין צוגאסט אויף שבת אין שטאט לכבוד די שמחה.







Kommentare