top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע צוזאמטרעף צווישן הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א און ידיד נעוריו הגאון ר' יצחק זילברשטיין נאך 80 יאהר

  • Bechatzros admin
  • 21false13 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 48false35 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)

דאנערשטאג פ' דברים • ו' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

א היסטארישער באגעגעניש איז נעכטן פארגעקומען נאכן "כינוס לצדיקים" אין מעלה החמישה נעבן ירושלים צווישן דעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב און ידיד נעוריו הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק נאך קרוב צו 80 יאהר זינט די צוויי גדולי ישראל האבן זיך געטראפן דאס לעצטע מאל, ווען זיי האבן אינאיינעם געלערנט אין ישיבה.


דער פאר הדור הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א און הגאון הרב זילבערשטיין האבן אין זייערע בחורישע יאהרן געלערנט צוזאמען אין די סלונימער ישיבה אין ירושלים וואו זיי זענען געוועהן פאררענכט צווישן די חשובסטע תלמידים ביים דעמאלטסדיגער ראש הישיבה הרה"ק בעל נתיבות שלום מסלונים זי"ע. 


מאז ועד עתה איז פאראיבער גאנצע 80 יאהר, וואס די צוויי גדולי ישראל האבן זיך נישט געטראפן כאטש זיי האבן זיך כסדר אויסגעדרוקט מיט גרויס הערצה איינער אויפן אנדערן. והנה נועדו יחדיו, ביים היסטארישן כינוס לצדיקים ווען די צוויי יוגנט פריינד וואס זענען אויסגעשטיגן פון די סאמע גרעסטע מנהיגים אין כלל ישראל, האבן זיך צוזאמגעטראפן נאך אזויפיל יאהר, זייענדיג א מחזה הוד והדר.


הגאון רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א האט מיט א קול רגש געמאכט די ברכה פון שהחיינו בשם ומלכות ולעומתו האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א געזאגט די ברכה אן שם ומלכות, נאך א קורצע שמועס האבן זיך די צוויי גדולי ישראל געזעגנט ברוב ידידות.

bottom of page