שבת התעלות אין מחנה ישיבת מאור החיים במחיצתו פון הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ
- Bechatzros admin
- 28 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
די תלמידים פון ישיבת מאור החיים אין בארא פארק האבן מיטגעלעבט גאר א געהויבענעם שבת, במחיצתו פון הגאון הגדול רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק ובעל משיב נבונים, וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין די זוממער קעמפ פון די ישיבה אין בלומינגבערג, און מאציל געווען מהוד תורתו אויף די חשובע בחורים.
דער חשובער דיין שליט"א איז אנגעקומען אין קעמפ פרייטאג אינדערפרי און האט געדאווענט א ווארימע תפלת שחרית מיט די בחורים אין די נייע ביהמ"ד אינעם קעמפ. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים, ווי דער דיין'ס זוהן הרה"ג ר' אברהם שטיינמעץ שליט"א ראש ישיבת מאור החיים האט מיט פאסיגע דיבורים מקבל פנים געווען זיין חשובע פאטער דער דיין שליט"א וואס האט זיך מטריח געווען בטוטולא דגברא רבא און איז אנגעקומען אויף א געהויבענע באזוך בין כותלי הישיבה. דערנאך האט דער דיין אויפגעטראטן מיט א שטארקע שמועס פאר די בחורים בגנות פון די היינטיגע מאדעס און טעכנעלאגישע כלים.
די שבת איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר דערהויבענע פארנעם אין שפיץ פונעם דיין שליט"א. דער דיין האט געדאווענט קבלת שבת פאר'ן עמוד מיט גרויס השתפכות הנפש, און תיכף נאכן דאווענען איז דער דיין אריינגעקומען אין גרויסן חדר האוכל און געפראוועט די סעודת שבת צוזאמען מיט די בחורים מיט גרויס דערהויבענקייט. דורכאויס די סעודה האט דער דיין עטליכע מאל אויפגעטראטן מיט סיפורי צדיקים און נאכן בענטשן האט דער דיין אפגעראכטן א באטע עד עלות השחר.
שבת צופרי האט דער דיין געפראוועט די סעודה מיט די בחורים כמעשהו בראשונה, ווי ער האט ארומגעשמועסט בנועם שיח אינטערסאנטע זכרונות מימי קדם, צווישן זיי די לעכטיגע טעג בצל הקודש פון הרה"ק מסקווירא זי"ע און איבער אינטערסאנטע שאלות בהלכה וואס ער האט דורכגעטון די לעצטע תקופה.
נאכמיטאג האט דער דיין אויפגעטראטן מיט די שיעור אין פרקי אבות, געפלאכטן מיט פערל ווערטער בנועם זיו ומתוקים מדבש. בעידן רעוא דרעוין האט דער דיין שליט"א ווידער אויפגעטראטן מיט פלאם פייערדיגע ווערטער כהכנה צו די ימי בין המצרים און שטארקע דברי התחזוקת וואס איז נוגע פאר יעדן בחור צו שטייגן העכער און העכער בעבודת ה'.
מוצאי שבת האט דער דיין אפגעראכטן מלוה מלכה מיט די בחורים, וואו עס איז געווען א געלעגנהייט צו פרעגן שאלות בד' חלקי שולחן ערוך, אויף וואס דער דיין האט געענטפערט מיט א קלארקייט שואל כענין ומשיב כהלכה.
זונטאג מטות מסעי נאכן דאווענען, האט דער דיין באזוכט אין אלע כתות פון די ישיבה, וואו ער האט אין יעדע כתה פארהערט די בחורים אויף די לימודים און ארויסגעוויזן זיין התפעלות פון די געוואלדיגע בקיאות וואס די בחורים פארמאגן אין די סוגיות הש"ס.
















Comments