top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נעילת ימי השמחה: הערליכע שבע ברכות בשמחת בית בעלזא אפגעראכטן פאר אלפי בחורי בעלזא

  • Bechatzros admin
  • 29 ביוני
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 30 ביוני

זונטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

טויזנטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא זענען נאך אונטערן טיפן רושם נאכן מיטלעבן די געהויבענע נעילת ימי השמחה, די לעצטע שבע ברכות לרגל השמחה הרוממה בחצר הקודש, די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא וואס האט פושט ולובש צורה געווען, כולם נקבצו ובאו לך, קרוב צו פיר טויזנט בחורי חמד הקטנים עם הגדולים האבן בבגדי שבת מיגטעהאלטן די שמחה'דיגע געשעניש וואס איז געווידמעט ספעציעל פאר די בחורים המקושרים לאילני דחיי תלמידי הישיבות הקדושות תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס לענגאויס די היכל און די גאלעריען פון ארום זענען געווען באשטימטע פלעצער פאר די טויזנטער פרחי החסידים בחורי חמד, און די טויזנטער חסידים וואס האבן נישט געוואלט פארפאסטן אזעלכע געהויבענע שעה'ן בצילא דמהימנותא און האבן זיך צונויפגעפרעסט אויף די אונטערשטע שטאקן, באזונדערע פלעצער זענען געוועהן געווידמיט פאר די עסקני השמחה אין די וועד החתונה וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן לילות כימים פאר די הצלחה פון די שמחה מבואו ועד צאתו.


אויפן אויבן אן זענען געוועהן אויסגעשוהרט די צענדליגער ראשי ישיבות און משגיחים פון די נעץ פון ישיבות הקדושות וואס באשטייט פון צען ישיבות קטנות, אכט ישיבות גדולות, און צוויי ישיבות גבוהות.


די שמחה איז געווען באגלייט מיט כלי זמר ושיר, אין שפיץ פונעם בעלזער בעל מנגן ר' יענקי אויש הי"ו אינאיינעם מיט א קאפעליע בחורים וואס האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, מיט שיינע ניגונים און מארשן.


צום באשטימטער צייט האט מען געהאט די זכיה לקבל פני מלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען ניגוני שמחה. פארן שקיעה האט דער רב שליט"א געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת, האדמורי"ם מגארליץ און מיאלען, הרה"צ רבי יוסף מאיר רוקח אב"ד מאחנובקא בעלזא בית שמש בן האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, און הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש בעל פסקי תשובות, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א.


תיכף דערנאך האט מען געדאוונט מנחה, און מען האט ממשיך געווען די שמחה מיט א פירות טיש, ווי די קינדער פון תלמוד תורה מחזיקי הדת בעלזא אין ירושלים האבן איבערגעגעבן א טאץ פירות אלס דרשה געשאנק מיט טויזנטער שעות רצופות וואס די ילדי הת''ת האבן געלערנט אלס דרשה געשאנק צו די חתונה, אויך זענען צוגעקומען הנגידים ר' הערצקא און ר' אהרן ענגעל הי"ו מיט א מנחת ביכורים פון די דריי ישיבות קטנות דחסידי בעלזא אין בארא פארק וואס האבן געלערנט טויזנטער שעות רציפות כהכנה דרבה.


א רירנדע מאמענט איז געווען ווען הרה"ח ר' משה דוד דאמען הי"ו האט פארגעזינגען הערליכע גראמען און האט מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט ווי אזוי בעלזא וועט אויסזעהן אין משיח'ס צייטן ביים בית המקדש שיבנה במהרה, וואו ער איז דורכגעאגנגען דעם מעגל השנה לפרטי פרטים, עס איז געוועהן מערקבאר וואו דער רבי שליט"א האט געלאזט טרערן מיט טיפע השתוקקות און כיסופין צו די לעכטיגע זמנים שיבנה בית המקדש במהרה בימינו, ויהי המקום לחרדת אלוקים, נאך די גראמען האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה און ציפיה לבנין בית המקדש.


דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע וויילע, ווען אינמיטן האט זיך דער רב שליט"א אויפגעשטעלט עטליכע מינוט און געטאנצן אויפן פלאץ, בעת די ציבור האט זיך געהויבן אין די לופטן, דערנאך האט מען געדאוונט מעריב און דערנאך האט מען אנגעהויבן די בעלזער באגלייטן ניגון שובו לכם לאהליכם און ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א ברוב שמחה וצהלה.


אין לויף פון די שמחה האבן באשיינט בראש המסובים האדמורי"ם מערלוי,נאראל, לויצק, טרעבישאן, מיאלען, גארליץ, שידלובצא, דעעש ירושלים, הגאון הגדול רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל, הגה"צ רבי בנימין אדלר גאב"ד שיכון הרבנים, הגה"צ רבי סיני הלברשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג', הרה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא, הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש בעל פסקי תשובות, הרב שמואל רבינוביץ רב פון כותל און מקומות הקדושים, און נאך פיל.


נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט פארלאזט דעם היכל, האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין אין שפיץ פונעם בעל שמחה הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי שעה, ווען די בחורים האבן משמח געוועהן דעם חתן פארשטעלט אלס קאזאקן און משמחים, באזונדער האבן א גראפע יונגעלייט חסידי תולדות אברהם יצחק משמח געוועהן מיט אייגנארטיגע טענץ אויפן ירושלימער שטייגער. בשעת די ריקודין האט זיך הרה"צ ארויסגעלאזט אין ריקודין מיט די מחנכים און עסקנים, באזונדער מיט זיין לאנגיעריגער גבאי הרב יצחק מאן, און מיט הרב מרדכי מאשקאוויטש גבאי פון ישיבת בין הזמנים והראנו בבנינו, ביים ענדע האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי אנגעוואונטשן אלע בחורים און זיך באדאנקט פארן זיך משתתף זיין ביי די שמחה.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page