top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

משלחת חסידי סאטמאר בראשות הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א שתדל'ן פאר באפרייאונג פון אסיר ציון ביים מיליטערישע טורמע

  • sfbechatzros
  • 22 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 23 באוג׳

פרייטאג פ' ראה • כ''ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

א קידוש שם שמים האט זיך אפגעשפילט נעכטן דאנערשטאג פארמיטאג צווישן די קארידארן פונעם געריכט הויז אינעם מיליטערישע טורמע נוממער 10, וואו זענען אריבערגעקומען א חשובע משלחת בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינאיינעם מיט די וועד הנהלת הקהלה והמוסדות סאטמאר אין ירושלים און עטליכע חשובע געסט פון חוץ לארץ בראשות הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג ובעמח"ס נר המאיר, און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי קהילת סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכע וויילן אין די טעג אין ארץ ישראל, און זענען אראפגעקומען צום בית המשפט מיט א געקליבענע צאל עסקנים אים שפיץ פונעם ראש המצילים הרב ר' שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויועץ, צו שתדל'ן אויפן באפרייאונג פונעם חשובן אסיר ציון הר"ר ר' מרדכי ראבינאוויץ שליט"א א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, א טאטע פון דריי קינדער, וועלכע שמאכטעט שוין עטליכע וואכן אין טורמע נאכן ווערן ארעסטירט ביי אן עצרת מחאה אקעגן די חפירות קברים אין יאהוד, אינאיינעם מיט נאך צוויי חשובע אינגעלייט, פארן איינציגסטן חטא פארן זיך נישט שטעלן צום צבא השמד.


די משלחת כבוד איז אריינגעלאזט געווארן צום הירינג אויף דעם חשובן אסיר ציון. דער שופט איז געווען זייער פאר'עקשנ'ט און האט נישט געוואלט לאזן דעם לויער אויסרעדן, זאגענדיג אז ביז די ענגדילטיגע משפט וואס גייט פארקומען א האלבע יאר ארום וויל ער נישט הערן פון גארנישט, און ביז דעמאלטס וויל ער לאזן דעם אינגערמאן איינגעשפארט אין טורמע.


דאן האט זיך דער לויער אויפגעשטעלט און פארגעשטעלט דעם סאטמארער נדיב הרב ר' אברהם בראך הי"ו און געזאגט אז ער איז גרייט אראפצולייגן אויפן ארט א 'מיליאן שקל' ערבות אויפן באפרייאונג פונעם אינגערמאן לכה"פ ביז די משפט אין א האלבע יאר ארום.


דער שופט איז געכאפט געווארן אין שאק, זיך נישט רישענדיג אויף אזא פארשלאג, און דער שופט האט געזאגט אז ער וועט מוזן איבערטראכטן וואס ער וועט טוהן ווייטער.


דערויף איז געבעטן געווארן רשות הדיבור, און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, וועלכע האט אויסגעשריגן פארנט פון אלע מיליטערישע שופטים אז מיר קומען צו פארן פון אמעריקא בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ובשליחות הקודש פון גאנץ כלל ישראל, און מיר וועלן נישט רוען ביז ווילאנג מען וועט אויפהערן צו פייניגן אונזערע ברודער אין ארה"ק פארן איינציגסטן חטא פארן אויספאלגן די דעת תורה פון די גדולי ישראל זיך נישט צו שטעלן אין מיליטער! רבי מאיר האט אויסגעשריגן מיט ווייטאג, ווי לאנג נאך וועט מען פייניגן די לומדי תורה, און זיך געבעטן אז מען זאל זיך רעכענען מיט די ערליכע אידן.


נאכן דרשה האבן די שופטים ארויסגעוויזן שטארקע רעספעקט פאר די דיבורים היוצאים מן הלב, מיטן האפענעונג אז עס וועט עושה רושם זיין שנעל און גיכן. אזוי אויך האט רבי מאיר שליט"א געהאט די געלעגענהייט צו רעדן מיט די אסירי ציון, און זיי שטארק מחזק געווען זיך צו האלטן שטארק.

ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page