top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שארפע מחאה פון הגרי"ז סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק קעגן מוסדות וואס שליסן זיך אהן אין "ממלכתי-חרדי"

  • sfbechatzros
  • 2 בספט׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 2 בספט׳

דינסטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

גאר שארפע ווערטער זענען געהערט געווארן דעם מוצאי שבת פון מרן הגאון רבי יצחק זאב סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת הגרמ"ד הלוי בריסק, וועלכע האט ארויסגעטראטן מיט דברי מחאה קעגן היימישע מוסדות וואס האבן זיך לעצטענס אנגעשלאסן אין די 'ממלכתי חרדי' שטראם און האבן אנגעהויבן לערנען לימודי חול.


אנהויב זיינע ווערטער האט דער ראש יישבה קלארגעשטעלט, אז מיט צענדליגע יארן צוריק ווען די רעגירונג האט אנגעהויבן טיילן געלט פאר די מוסדות, און געוויסע גדולי ישראל האבן מתיר געווען צו נעמען, איז דאס נאר געווען בתנאי אז די רגע וואס די מדינה וועט זיך אריינמישן אין די תוכן הלימודים וועט מען זאפארט אויפהערן נעמען געלט. אבער ליידער, זעהט מען שוין היינט ווי ווייט מ'האט זיך דערקייקעלט און בעד בצע כסף איז מען מסכים אז די מדינה זאל זיך אריינמישן אין די לימודים. מיט דעם שריט, ווייסן די הנהלת המוסדות גאנץ גוט צו ווי דאס וועט פירן, און צום סוף וועט זיך די רעגירונג אינגאנצן אריינמישן היה לא תהיה.


דער ראש ישיבה האט צוגעעענדיגט אז ער האט שוין מוחה געווען אויף דעם ענין אין די פארגאנגענהייט, אבער אזוי ווי די וואך איז באקאנט געווארן אז א היימישע מוסדות אין ירושלים געאייגענט פאר בנות ישראל האט זיך אויך אנגעשלאסן אין דעם חינוך ממלכתי חרדי, און עטליכע פון די עלטערן זענען זיך געקומען אפרעדן צום ראש ישיבה אז די הנהלה האט דאס געטון אן דעם וואס זיי זאלן מודיע זיין דערוועגן פון פאראויס פאר די עלטערן, דעריבער שפירט ער א חיוב מוחה צו זיין כדת של תורה.

תגובות


bottom of page