געהויבענער טעג ביים מסע הקודש "יזכור אהבתם" בראשות האד' מקרעטשניף סיגעט צו די קברי אבות אין אייראפע
- Bechatzros admin
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' דברים • ו' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

כמידי שנה בשנה האט זיך כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף סיגעט שליט''א ארויסגעלאזט אויף א געהויבענעם מסע הקודש 'יזכור אהבתם' צו די קברי הצדיקים אין אייראפע, א נסיעה וואס די רבי טוט יערליך אונטערנעמען פוקד צו זיין דעם תל תלפיות ציון המצוינת פון זקנו הרה"ק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע אין שטאט בישטינא אין אוקריינע המסוגל לישועות בפרט אין די ניין טעג כידוע.
דאנערשטאג אין די נאכמיטאג שעהן האט דער רבי געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין בודאפעסט, ווי מען האט זיך צוזאמגעטראפן מיט די שיירות פון ארץ ישראל, אמעריקע און אייראפע וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם מסע המרומם.
נאך מעריב האט מען זיך תיכף ארויסגעלאזט קיין קערעסטיר לקראת דעם געהויבענעם שב"ק סמוך ונראה צום ציון המצוינת פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.
פרייטאג פארמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין אוהעל ווי מען האט פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי''ע שטייענדיג אין די טעג ארום די הילולא קדישא, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים די רבי האט פארגעזאגט די קאפיטל תפילה לעני כי יעטוף, און די יהי רצון מיט גרויס השתפכות הנפש, דערנאך איז דער גאנצע ציבור דורך ביים מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.
שבת קודש האט מען געוויילט באתרא קדישא קערעסטיר בביתו נאווה קודש פונעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו די גאנצע שבת איז געווען איין קייט פון התרוממות והתעלות. מוצאי שבת קודש כחצות הלילה האט די רבי אפגעראכטן די סעודת מלווה מלכה ברוב עם באותו מקום קדוש ווי דער צדיק פלעגט פראווען די מלווה מלכה'ס המסוגלים לישועות כידוע, דער רבי האט דערציילט עובדות וסיפורים, און דערנאך מכבד געווען הגה"צ רבי שלמה יונגער דומ"ץ טאהש קרית יואל צו דערציילן מעשיות, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סאמבור וויליאמסבורג.
באישון ליל איז מען ארויף פוקד זיין ציון קדשו פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו מען האט נאכן אמירת תהילים געזינגען ניגוני גאולה בהתעוררות רב און דער ציבור איז דורך מיט קוויטלעך א לענגערע צייט להפקד בדבר ישועה ורחמים.
א דערהויבענע "יומא אריכתא" איז געוועהן זונטאג אין דער שטאט בישטינא - אוקריינע, וואו דער רבי האט געוויילט דורכאויס א גאנצן טאג ביים ציון הק' פונעם הייליגן זיידן הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע, ואתו עמו די הונדערטער חסידים און געסט פון ארץ ישראל, אמעריקא, אייראפע און קאנאדע, ווי מען האט שופך שיח געווען ביים ציון המצוינת וואו דער באוואוסטער סגולה אין די ניין טעג, וואס דער רבי איז געוועהן די סאמע ערשטע אפצורעכטן גרויסע נסיעות קיין בישטינא אין די ניין טעג אנגעהויבן קרוב צו צען יאהר צוריק.
זונטאג אינדערפרי נאך פת שחרית האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף די לאנגע וועג קיין בישטינא אין אוקראיינע. אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן איז מען אנגעקומען קיין בישטינא ווי עס איז געווען צוגעגרייט טעימה פארן גאנצן ציבור ביד רחבה, ביים אנקומען איז דער רבי געגאנגען אין מקווה און דערנאך אנגעקומען אויפן בית החיים וואו דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן פריוואט ביים ציון הקדוש. אינצווישן אנדערע האט דער רבי אנגעצינדן די ק"ס נרות אויפ'ן ציון, ווי דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע זי"ע האט זיך נוהג געוועהן יעדן טאג בחיים חיותו, און דערמיט גע'פועל'ט גדולות ונצורות.
דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד התפילה ביים ציון המצוינת וואו מען האט געזאגט תהילים וואס האט ווי געשפאלטן הימלען און געעפנט די שערי רחמים, ווען טייכן טרערן זענען געפלאסן פון די מתפללים. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי התעוררות ותחנונין, און מען האט געזינגען דעם ניגון המקובל פונעם הייליגן רבי ר' מרדכי'לע זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן נעמען קוויטלעך, ווען דער רבי שליט"א האט דערביי אריינגעלייגט א גרויסע עבודה בדמעות שליש, זייענדיג מעתיר לישועתן של ישראל, בזכותו הגדול פון דעם איש האלוקים נורא. עס איז געוועהן שפעט באנאכט נאך גאנצע אכט שעה! ביים ציון הק' ווען דער רבי שליט"א האט פארלאזט בישטינא אויפן וועג קיין בודאפעסט וואו די רבי האט געדאוונט שחרית אין די שטאטישע קאזינצי שוהל. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש מיטנעמענדיג מיט זיך פולע באגאזשן מיט השפעות וישועות טובות אנגעשעפט מיט התרוממות הנפש.
















































