מי יתן מציון: הכנה דרבה צו נסיעת התעוררות קיין אייראפע דורך האד' מוויזניץ בארא פארק בראש חסידיו ותלמידי ישיבתו
- Bechatzros admin
- 55false03 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' דברים • ה' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג ווערן שוין געמאכט די אקטיווע הכנות צו די נסיעה התעוררות דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א קיין אייראפע, אן ערשטמאליגע מסע הקודש לקדושים אשר בארץ המה אינאיינעם מיט תלמידיו היקרים די תלמידי ישיבה גדולה אין סטעטן איילענד, וואס וועלן האבן די זכי' צו מיטצופארן אינאיינעם מיט'ן רבי'ן מעורר רחמים זיין למען הכלל והפרט.
די רבי שליט"א נעמט אונטער די נסיעה מתפלל זיין ביי די קברי אבות און קברי הצדיקים שוכני עפר לקראת די שמחת החתונה בבית המלוכה, פון די חתן א זון פונעם רבי'ן שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, וואס קומט פאר די קומעדיגע ראש חודש אדר תשפ"ו, א נסיעה וואס וועט מיטגעהאלטן ווערן דורך פילע חסידים און בעלי בתים וואס ווילן נישט פארפאסטן די געהויבענע ימי תפילה והוד.
אלס אות הוקרה פאר די בחורים המצטיינים תלמידי ישיבה גדולה תפארת מרדכי סטעטן איילענד איז געמאלדן געווארן אז די בחורי חמד וואס וועלן זיך דורכאויס די קומעדיגע חדשים באפלייסן מיט די לימודים און לערנען שעות ברציפות לקראת די שמחה אינעם רבינ'ס הויף וועלן קענען מיטפארן אויף די געהויבענע נסיעה, אלס דעם פאסיגן שכרה של תורה, דערביי אויסצונוצן די געלעגנהייט און שופך שיח זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת דעם נייעם שנת הלימודים.
די נסיעה וועט זיך אנהייבן דעם קומעדיגן דינסטאג עקב ווען די רבי מיט די פמליא וועלן אנקומען קיין פולים, וואו דורכאויס א פילע וואך וועט מען מתפלל זיין ביי די הייליגע ציונים אין קאזניץ, לובלין, לאנצהוט, דינוב, רימנוב, צאנז, קראקא. נאך שבת וועט מען אריבערשפרייזן דעם גרעניץ קיין אוקריינע און פוקד זיין ביים בעל שם טוב הק' ותלמידיו, צדיקי בית קאסוב וויזניץ לדורותיהם, און נאך.
די הויכפונקט פונעם נסיעה וועט זיין די געהויבענע שבת פרשת ראה ערב ראש חודש אלול וואס דער רבי שליט"א וועט פראווען אויף א געהויבענע פארנעם אין שטאט ליזענסק אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צו מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, ווען אויף שבת וועלן זיך נאך פילע חסידים אנשליסן אינעם נסיעה און מיטהאלטן די שבת נועם הנשמות מיטן רבי'ן אין ליזענסק.
דער רבי וועט זיך אהיימקערן למען קדשו אין אמעריקא אינמיטן די וואך פוןם פרשת ראה, אנגעלאדנט מיט השפעות וישועות האבנדיג גע'פועל'ט אלעס גוטס.
