top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע מעמד "נבואה בשעריך" לטובת נייע ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי אלכסנדר און מעמד פרידה פון אלטן ביהמ"ד

  • sfbechatzros
  • 3 בספט׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: אלימלך פסיקוב, JDN

חסידי אלכסנדר האבן מיטגעלעבט התרגשות'דיגע מאמענטן ביים מעמד 'נבואה בשעריך' ביי וועלכן מען האט זיך געזעגענט פון די נאסטאלגישע בית המדרש דחסידי אלכסנדר אין בני ברק, וואס האט פאר גאנצע זעכציג יאהר געדינט אלס לייכטטורעם פאר אלכסנדר חסידים בצל קדשם פון די רועי החסידות אנגעהויבן ביים אמונת משה, דערנאך ביים אמרי מנחם, ולאחריו בקודש יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, וואס האבן דארט געפראוועט זייער עבודת הקודש, תפילות, טישן מאורעות און שמחות. דאס קומט אין צייט וואס מען גרייט זיך צו גענצליך אראצוווארפן דעם ביהמ"ד גרייט צו מאכן דעם באדן פארן אויפבוי פונעם נייעם מאייעסטעטישן בנין בית המדרש הגדול וואס אנטשפערכט א מרכז עולמי לתורה וחסידות.


דאנערשטאג אין די נאכמיטאג שעה'ן איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד פרידה פונעם ביהמ"ד וואו עס האבן זיך צוזאמגענומען הונדערטער חסידים וועלכע האבן זיך מיט בענקעדיגע געפילן געזעגנט מכותלי ביהמ"ד, דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד, וואו עס איז געהערט געווארן א דרשה פון המשפיע הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א אב"ד לעלוב וואס האט אין דעם געלעגנהייט איבערגעגעבן דברי התעוררות איידער תפילת יום כיפור קטן.


דערנאך האט הרב יוסף צבי רעכניצער לאנגיעריגע בעל תפילה ימים נוראים בחצר הקודש, פארגעדאוונט מנחה און יום כיפור קטן לרגל ערב ראש חודש אלול מוקדם, און דאן האט מען געזאגט עטליכע באשטימטע מזמורי תהילים און די תפילה פון שלמה המלך אויפן בנין בית המקדש.


נאכן זינגען א רייע ניגוני און נוסחאות ימים נוראים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און מיט א קענטיגע התרגשות ארומגערעדט אז די דאזיגע ביהמ"ד איז א המשך פונעם אלכסנדר הויף אינדערהיים, וואו דער רבי האט מעלה געוועהןזכרם הטהור פון די צדיקי השלשלת, און געשילדערט די היסטאריע פון די אלכסנדר הויף, דאן האט די רבי ארויסגעברענגט די נחיצות פון דעם פראיעקט וואס די רבי שליט"א האט גענומען אויף זיך איבערצובויען דעם ביהמ"ד, זאגנדיג אז ער שעמט זיך נישט מיטן מציאות איז אז מיר זענען די לעצטע קהילה אין שטאט וואס טוהן באנייען זייער בית המדרש נאך אזויפיל יאהר, צום שלוס האט דער רבי שליט"א אפעלירט צום ציבור ארויסצוהעלפן בגוף ובממון בדמים תרתי משמע, צו קענען אויפבויען דעם בית מקדש מעט לשם ולתפארת, בתכלית היופי וההידור.


נאך די מעמד הפרידה איז מען ארויסגעפארן צו א פראכטפולע זאל אין פתח תקווה, וואס איז געווען צוגערישט אויף א מלכות'דיגע פארנעם, כשהמלך במסיבו, ווען דער רבי שליט"א טוט באשיינען די מעמד מהחל ועד כלא. די דינער איז געוועהן געווידמעט אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים לטובת דעם מאסיוון פראיעקט, במשך די מעמד האט מען געהערט דרשות פונעם יושב ראש הרב יחזקאל טויסיג הי"ו, און פונעם נואם הכבוד הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם. דערנאך האט מען געהערט הפלא'דיגע חרוזין פון הרב ישראל אדלער וואס האט אנגעווארמעט די הערצער. במשך די נאכט איז אויפגעטריבן געווארן ריזיגע סכומים, און ביים ענדע פונעם מעמד האבן זיך די חסידים געשלענגעט אין די רייע איבערצוגעבן די שטרי התחייבות, ווען בסך הכל האט מען דעגרייכט די אנסטראנאמישע סכום פון אכט מיליאן דאלער וואס די חסידים האבן זיך אונטערגענומען צו שאפן אין די קורצע תקופה ביז חנוכה תשפ"ו, דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט קורת רוחו פון די געוואלדיגע אונטערנעמונגען און פארשפראכן מתפלל צו זיין אויף די גרעסערע תומכים ביי קברי אבותיו הקדושים.

ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page